דער פראיעקט איז אקטיוו

מיר האבן שוין ב"ה א שיינע ליסטע פון המכלול ארטיקלען, וועלכע זענען געשריבן געווארן לפי ההזדמן; עס איז צייט צו געבן אביסל מער מחשבה איבער דעם אויסוואל פון די באשריבענע טעמעס און דער שייכות פון ארטיקלען איין צו דער אנדערע.

דער ציל פון דעם פראיעקט איז אינזין צו האבן פאר יעדן ארטיקל וואס מיר פארמאגן, צו שאפן אן ארטיקל וואס איז "העכער" דעם - עפעס פארבינדן אבער מער צענטראל, וואס קען באטראכט ווערן ווי א קאטעגאריע אין וואס דער אנדערער ארטיקל גייט אריין. דאס וועט סיי צוברענגען וויכטיגע ארטיקלען, און סיי אביסל פארבינדן און אויסבויען דעם בוים פון קאטעגאריעס און זייערע ארטיקלען, ס'זאל נישט זיין בלויז א אנגעווארפענע הויפן.

פאלגנד איז א ליסטע פון עקזיסטירנדע המכלול ארטיקלען, אינאיינעם מיט פארשלאגן פאר מעגליכע "טאטע ארטיקלען". עקזיסטירנדע ארטיקלען וועלכע זענען שוין פארבינדן אויף ארויף זענען אויסגעשטראכן.

כל תורה שאין לה בית אב אינו תורה

42% ארטיקלען פארבינדן