באר היטב

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
באר היטב
באר היטב.png
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי יהודה אשכנזי פון טיקטין, רבי זכריה מענדל פון בעלז, רבי אברהם אופנהיים
סוגה פירושים אויף שולחן ערוך

באר היטב איז א חיבור וואס נעמט צוזאם די מסקנות להלכה פון די הויפט נושאי כלים ארום דעם שולחן ערוך, און צומאל אויך פסקים פון תשובה ספרים. דער חיבור איז געדרוקט אויפן בלאט אין אלע פארשפּרייטע דרוקן פון שולחן ערוך, און אזוי אויך אין ספרים ווי משנה ברורה און דרכי תשובה.

חיבורים פון עטליכע מחברים האבן געטראגן דעם נאמען "באר היטב"; די מחברים פון די פארשפרייטע אויפלאגעס זענען: רבי יהודה טיקטין אויף אורח חיים און אבן העזר, רבי זכריה מענדל פון בעלז אויף חושן משפט, און אויף יורה דעה איז געדרוקט א צוזאמשטעל פון די חיבורים פון ביידע, רעדאגירט דורך רבי אברהם אופנהיים. עס איז דא אן ענליכן חיבור מיט'ן זעלבן נאמען פון א פריערע תקופה פארפאסט דורך רבי ישעיה הלוי, אבער עס איז היינט נישט פארשפרייט; אזוי אויך איז פארפאסט געווארן א באר היטב אויף חושן משפט דורך רבי משה פראנקפורטער, און אויף יורה דעה דורך רבי משה פון זאלקאוו.

צום ספר זענען צוגעלייגט געווארן א צאל הוספות; אין אורח חיים זענען דא חידושים פון די ספרים אבן העוזר, אשל אברהם און בית מאיר, און אין יורה דעה זענען דא הגהות פון אשל אברהם.

מחברים

עטליכע מחברים האבן געשריבן א חיבור מיט'ן נאמען "באר היטב" מיט אן ענליכער געבוי.

רבי ישעיה הלוי

דער ערשטע "באר היטב" איז פון רבי ישעיה בן רבי אברהם הלוי, אייניקל פונעם טורי זהב, וואס האט געדרוקט זיין חיבור אויף אורח חיים אין יאר ה'תס"ח אין אמסטערדאם.

צוליב מאַנגל אין פאָנדן האט ער צוזאמגענומען בקיצור בלויז די מסקנות להלכה פון טורי זהב און מגן אברהם אויסלאזנדיג די משא ומתן, און עס געדרוקט ארום דעם שולחן ערוך. דער מחבר ערקלערט אויך אביסל די ווערטער פון מגן אברהם וועלכער צייכנט זיך אויס מיט זיין קורצן שפראך[1], און ביים פסק'ענען נעמט ער מערסטנס אן ווי דער טורי זהב ענדערש ווי דער מגן אברהם[2]. דער געדאנק האט רבי ישעיה גענומען פון א ספר "גן נטע", פון רבי נטע אייגער, וואס איז געדרוקט געווארן אין יאר ה'תנ"ה אין פראג. רבי ישעיה האט געהאלטן אז דער גן נטע האט נישט אלעמאל ריכטיג גע'פסק'נט, און דערפאר האט ער געשריבן אן אייגענעם חיבור. ער האט עס א נאמען געגעבן "באר היטב", "ווייל דערין איז גוט מבואר אלע דינים אין שולחן ערוך", און אויך איז עס גימטריא "אברהם", דער נאמען פון זיין טאטן[3].

דער ספר איז געווארן איבערגעדרוקט אכט מאל אין א קורצע צייט, דאס לעצטע מאל אין יאר ה'תצ"ח אין זולצבאך, און פון דאן איז עס מער נישט איבערגעדרוקט געווארן[4][5].

רבי יהודה אשכנזי טיקטין

רבי יהודה אשכנזי פון טיקטין האט פארגעזעצט דער ארבעט פון רבי ישעיה, און האט אין יאר ה'תצ"ו געדרוקט אין אמסטערדאם א "באר היטב" אויף יורה דעה, און אין ה'תצ"ט אויף אבן העזר. דעם חיבור האט רבי יהודה גערופן און אויסגעשטעלט אזויווי רבי ישעיה'ס באר היטב, ווייל ער האט דאס פארפאסט אלס השלמה צו רבי ישעיה'ס ארבעט[6].

למעשה, האט רבי יהודה טיקטין אין יאר ה'תק"ב געדרוקט אן אייגענעם באר היטב אויך אויף אורח חיים, שרייבנדיג אין דער הקדמה אז דער פריערדיגער באר היטב איז געשריבן צו קורץ, אויך פעלט דערפון די פסקים פון שפעטערע אחרונים, ווי דער יד אהרן און פרי חדש, און אויך האט ער טייל מאל אומריכטיג גע'פסק'נט[4]. אין רבי יהודה'ס באר היטב ברענגט ער צומאל אראפ דעם באר היטב פון רבי ישעיה, עס אנרופנדיג "הבאר היטב אשר לפני", און ער קאמענטירט קעגן אים[5]. די אלע בענדער האט ער געדרוקט אין אמסטערדאם אינעם דרוק פון הירץ סג"ל רופא און זיין איידעם קאשמאן.

אנדערש ווי דער אויסשטעל פונעם ערשטן באר היטב וואס איז בלויז א תמצית'דיגן קיצור פון די הויפט נושאי כלים, ברענגט רבי יהודה טיקטין אויך אראפ אסאך תשובה ספרים פון זיינער-צייט פוסקים[5]. רבי יהודה ברענגט אסאך פסקים פון רבי ישעיה, אפטמאל אן צוצייכענען די מקור[7].

רבי משה פראנקפורטער

רבי יהודה טיקטין האט געפלאנט צו שרייבן אויך אויף חושן משפט, אבער האט נישט עספיעט. רבי משה פראנקפורטער, וואס איז געווען א קרוב מיט רבי יהודה טיקטין, ווי אויך א מחבר פון עטליכע ספרים, א דרוקער און א מגיה, איז פארבעטן געווארן – ווארשיינליך דורך הירץ סג"ל רופא און קאשמאן, די דרוקער פון רבי יהודה'ס באר היטב[8] – צו משלים זיין רבי יהודה'ס ארבעט. רבי משה האט אויף זיך גענומען דעם פליכט, און זיין באר היטב אויף חושן משפט איז געדרוקט געווארן אין יאר ה'תק"ט, ביי הירץ סג"ל רופא און קאשמאן[9].

רבי משה האט בעפארצוגט דער ספר מאירת עינים איבער'ן שפתי כהן און ברענגט אפט פון טורי זהב מער ווי פונעם ש"ך. ער ציטירט אויך פון אסאך ספרי שאלות ותשובות, און פון חכם צבי אין זיינע הגהות צום טורי זהב, און אמאל ברענגט ער אייגענע חידושים. רוב חיבור איז געשריבן זייער בקיצור, און צומאל צייכנט ער אן אז ס'איז דא א מחלוקת צווישן די נושאי כלים, אבער ער ספּעציפירט נישט די שיטות. פון די אנדערע זייט ציטירט ער אויף עטליכע פלעצער מיט א גרויס אריכות, אזוי אז עס איז דא א געוויסע פּאלעריזאציע אינעם חיבור[8].

רבי משה האט אויך געהאט א חלק אין דער באר היטב אויף יורה דעה. אין יאר תק"ו האט ער געדרוקט אין זיין אייגענע דרוק זיין חיבור "טוב לכת" אויף הלכות אבילות, אויפן זעלבן געבוי פון "באר היטב". די ענליכקייט איז שטארק מרומז סיי אויפ'ן שער בלאט און סיי אין די הקדמה, וואו די ווערטער "מבואר היטב" און "באר היטב" זענען געדרוקט אין גרעסערע אותיות[10].

הירץ סג"ל רופא אין קאשמאן האבן גערופן רבי משה'ן צו דין תורה, זאגנדיג אז ער האט מעתיק געווען שטיקלעך פון רבי יהודה'ס באר היטב אין זיין ספר, אינדערצייט וואס זיי האבן די דרוק-רעכטן דערויף. למעשה זענען זיי געקומען צו א פשרה, לויט וועלכע הירץ סג"ל רופא און קאשמאן האבן איבערגעדרוקט רבי יהודה'ס "באר היטב" אין יענעם יאר, און ביי הלכות אבילות האט מען דערין אריינגעפלאכטן רבי משה'ס ספר, מיט סימנים אנצוצייגן וואס איז וועמענ'ס[11]. רבי משה'ס שטיקלעך זענען געבליבן אין אלע נאכפאלגנדע דרוקן, די סימנים זענען אבער געווארן ארויסגענומען אזוי אז עס האט אויסגעזען ווי איין חיבור[12].

רבי זכריה מענדל פון בעלז

די פרופס ברידער האבן באקומען רשות פון הירץ סג"ל רופא און קאשמאן צו דרוקן רבי יהודה טיקטין'ס באר היטב, און זיי האבן אין יאר ה'תקי"ג געדרוקט דעם דעם באר היטב אויף אורח חיים און אבן העזר. זיי האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף חלק יורה דעה, אבער אינצווישן איז זיי אונטערגעקומען א חיבור אויפן גאנג און געבוי פון די באר היטב'ן אין כתב יד פון רבי זכריה מענדל פון בעלז וועלכער איז נפטר געווארן מיט צענדליגע יארן פריער. אין יאר ה'תקי"ד האבן זיי געדרוקט די חלק פון דער חיבור אויף יורה דעה, און אין יאר ה'תקכ"ד אויף חושן משפט[13]. זיי האבן גערופן דעם חיבור מיטן נאמען "באר היטב", וואס איז שוין דאן געווארן ווי דער אפיציעלער טיטל פאר א ספר וואס נעמט צוזאם די מסקנות להלכה פון די נושאי כלים[6].

רבי זכריה מענדל'ס באר היטב צייכנט זיך אויס אין שרייבן אין קורצן, אבער מיט גענוג קלארקייט[14]. אינעם חלק חושן משפט זענען אריינגעשטעלט געווארן פילע הגהות פונעם מגיה – ווארשיינליך רבי אברהם אפנהיים[15].

רבי משה בן רבי ברוך הדיין פון זאלקווא

אויסער די אלע באר היטב'ן געדרוקט אין אמסטערדאם, איז אין יענע יארן ערשינען נאך א באר היטב אויף יורה דעה פון רבי משה בן רבי ברוך הדיין פון זאלקווא. רבי משה האט לכאורה געהאט פאר זיך דער באר היטב פון רבי יהודה טיקטין, און איינע פון די הויפט חידושים אין זיין באר היטב זענען די פסקים פון תבואת שור וואס ער ברענגט. אפטמאל גיבט דער מחבר א הקדמה פאר'ן סימן וואס ערקלערט די הלכה'דיגע יסודות פונעם סימן. עס איז געדרוקט געווארן אין זאלקווא אין יאר ה'תק"ב און אין ה'תקי"ג, אבער פון דאן איז עס פארגעסן געווארן און קיינמאל נישט איבערגעדרוקט געווארן[16][17].

הוספות און רעדאגירונגען

מיט די יארן איז דער באר היטב איבערגעדרוקט געווארן עטליכע מאל, און עס זענען צוגעלייגט געווארן צו אים פארשידענע הוספות.

"אבן העוזר" פון רבי עוזר פון קלימענטוב

ווען די פרופס ברידער פון אמסטערדאם האבן איבערגעדרוקט רבי יהודה טיקטין'ס באר היטב האבן זיי אריינגעשטעלט דערין ליקוטים פון ספר אבן העוזר פון רבי עוזר פון קלימענטוב[18]. די הוספות אין באר היטב אויף אורח חיים זענען געבליבן דערין אויך אין שפעטערע דרוקן[5], ווידער די הוספות אויף אבן העזר האבן די שפעטערע דרוקערס ארויסגעלאזט[19].

אבער אין דער באר היטב פון רבי זכריה מענדל האבן זיי נישט אריינגעדרוקט ליקוטים פון אבן העוזר אין דער באר היטב זעלבסט, נאר ליבערשט אין א באזונדערע מדור אויפן בלאט[20].

רבי אברהם אופנהיים'ס רעדאקציע

רבי אברהם אופנהיים איז געווען א מגיה און רעדאקטאר ביי די פרופס ברידער, און זעלבסט א רב און תלמיד חכם, וועלכער האט פארפאסט א ספר אויף שולחן ערוך מיטן נאמען "אשל אברהם". אין יאר ה'תקכ"ט האבן די פרופס ברידער איבערגעדרוקט דער באר היטב פון רבי יהודה טיקטין אויף אורח חיים, אינאיינעם מיט רבי אברהם'ס חיבור אשל אברהם. דער אשל אברהם האבן זיי צעטיילט אין צוויי; איין טייל איז אריינגעשטעלט געווארן אין באר היטב, און דער אנדערער איז געדרוקט געווארן אויפן בלאט אין א באזונדערע מדור[5].

אין יאר ה'תקל"ז האבן די פרופס ברידער זיך שוין געהאט צעטיילט. רבי אברהם האט דאן איבערגעדרוקט דעם באר היטב פון רבי יהודה טיקטין ביי איינער פון די ברידער, יוסף. דער ספר האט געהאט פילע הוספות און חידושים, סיי אויפן בלאט אין סיי אין דער באר היטב זעלבסט. אין דער באר היטב האט רבי אברהם אריינגעדרוקט שטיקלעך "מהדורא בתרא" פון רבי יהודה טיקטין, געקליבענע שטיקלעך פון רבי זכריה מענדל'ס באר היטב, און שטיקלעך פון זיין אייגענע חיבור "אשל אברהם"[20][17][21].

א יאר דערויף, ה'תקל"ח, האט רבי אברהם געדרוקט א ספר ביי אן אנדערן ברודער פון די פרופס פאמיליע, אברהם. דאס מאל איז עס געווען דער באר היטב אויף יורה דעה פון רבי זכריה מענדל וואס האט געדינט אלס באזע, אויף וואס רבי אברהם האט צוגעלייגט געקליבענע שטיקלעך פון רבי יהודה טיקטין. ער האט אויך צוגעלייגט שטיקלעך פון זיין אשל אברהם, אבער ווייניגער ווי אין די אויפלאגע פון תקל"ז. טראצדעם וואס רבי זכריה מענדל'ס באר היטב האט געדארפט צו זיין דער עיקר, זענען געווען דערין אסאך שטיקלעך פון רבי יהודה, אזוי אז עס איז ענדערש א געמיינזאמע חיבור פון רבי יהודה און רבי זכריה מענדל רעדאגירט דורך רבי אברהם אופנהיים[22][17][23].

"בית מאיר" פון רבי מאיר פויזנער

נאך א חיבור איז צוגעלייגט געווארן צום באר היטב אויף אורח חיים, ווען עס איז געדרוקט געווארן אין דאנציג יאר ה'תר"ה. יענער דרוק איז געווען באזירט אויף די פרופס אויפלאגע פון תקכ"ט, וואס איז געווען דער באר היטב פון רבי יהודה טיקטין אינאיינעם מיט די ליקוטים פון אבן העוזר און אשל אברהם. דער דרוקער אין דאנציג, לכאורה רבי יהודה בעהק פון ווילנא, האט צו דעם צוגעלייגט שטיקלעך פונעם ספר "בית מאיר" פון רבי מאיר פויזנער, ווי אויך אייגענע הערות, און האט אויף דעם באקומען די הסכמה פון רבי ישראל ליפשיץ, דער "תפארת ישראל"[5][24].

ענדגילטיגע אויפלאגעס

די אויבנדערמאנטע באר היטב'ן זענען געציילטע מאל איבערגעדרוקט געווארן אין זייערע אריגינעלע פארמאט, אבער אין אלגעמיין איז אנגענומען געווארן איין ווערסיע וואס איז אריין אין א מערהייט דרוקן.

די ענדגילטיגע אויפלאגע פון באר היטב אויף אורח חיים וואס איז אריינגעשטעלט אין שולחן ערוך איז נאכגעדרוקט פון די דאנציגער דרוק פון תר"ה. דער שולחן ערוך פון דאנציג איז אסאך מאל איבערגעדרוקט געווארן, אבער די אלע שיכטן און הוספות זענען געווארן איינס, און אלע סימנים וואס זענען לכתחילה געווען זיי פונאנדערצושיידן זענען ארויסגענומען געווארן. לעצטיגע דרוקן, ווי מכון ירושלים, האבן מסדר געווען דעם באר היטב מיט צייכענעס וואס איז פון וואו און פון וועמען[5].

אויף יורה דעה איז אנגענומען געווארן די אויפלאגע פון רבי אברהם אופנהיים פון יאר תקל"ח, וואס איז א צוזאמשטעל פון דער באר היטב פון רבי יהודה טיקטין און פון רבי זכריה מענדל, רעדאגירט דורך רבי אברהם. אין הלכות אבילות איז אריינגעשטעלט אויך דער ספר "טוב לכת" פון רבי משה פראנקפורטער. אויך אין דעם חלק האבן שפעטערע דרוקער ארויסגענומען אלע סימנים, מאכנדיג עס אויסזען ווי איין חיבור. מכון ירושלים אין זייער אויפלאגע האט אנגעצייכנט אלע הוספות פון רבי אברהם אין קלאמערן, און פונאנדערגעשידן די צוויי באר היטב'ן פון רבי יהודה טיקטין און רבי זכריה מענדל מיט באזונדערע פאנטס[25][17].

אויף אבן העזר איז אנגענומען דער אריגינעלער באר היטב פון רבי יהודה טיקטין, אנע הוספות אדער חידושים[26].

אויף חושן משפט איז אנגענומען געווארן דער באר היטב פון רבי זכריה מענדל וואס די פרופס ברידער האבן געדרוקט אין יאר תקכ"ד, ווי איידער דער פון רבי משה פראנקפורטער וואס הירץ סג"ל רופא און קאשמאן האבן געדרוקט[19][27].

אויפנאמע

רבי יעקב עמדין, אין זיין ספר מור וקציעה, דינגט זיך מערערע מאל מיט א שארפקייט אויף דער באר היטב פון רבי ישעיה[28], און שרייבט אויף א פלאץ[29] אז "לא איתמחי גברא ולא קמיעא". אויך רבי יעקב ריישער שרייבט עטליכע מאל מיט אומצופרידנהייט איבער דעם באר היטב, אז ער איז נישט קיין בר סמכא[30]. רבי רפאל מייזליש דרוקט זיך אויס אז צומאל מאכט ער אומזיסט א מחלוקת צווישן דעם טורי זהב און מגן אברהם, ווען אין פאקט האלטן זיי די זעלבע[31]. רבי פנחס קאריצער האט נישט מחשיב געווען דעם באר היטב, כאטש ער האט געהאלטן דעם ספר אין שטוב, און ער האט געזאגט אז מען קען זיך אינגאנצן נישט פארלאזן דערויף[32]. פון די אנדערע זייט, האט רבי נחמן פון ברסלב אויסגעלויבט דעם באר היטב. רבי אברהם חזן, פון די ברעסלעווער מנהיגים, האט געגעבן א כלל אז דער באר היטב נעמט אן להלכה ווי דער פוסק מיט וועלכע ער פירט אויס[33]. אויף רבי אייזל סלאנימער האט מען פארציילט אז ער האט געהאט גרויס עגמת נפש ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין באר היטב שטייט אנדערש ווי ער האט גע'פסק'נט[34].

רבי חיים יוסף דוד אזולאי אין שם הגדולים[35] לויבט אויס די דריי חלקים באר היטב פון רבי יהודה טיקטין און דער באר היטב אויף חושן משפט פון רבי משה פראנקפורטער, און זאגט אז "די דאזיגע פעלן אויס". ווידער דער באר היטב פון רבי זכריה מענדל קריטיקירט ער צוליב וואס עס פעלט די פסקים פון שפעטערע ספרים, און ער שרייבט אז די פארשידענע ליקוטים וואס די פרופס ברידער האבן געדרוקט אין זייער שולחן ערוך לייזן נישט דעם פראבלעם. טראץ די ווערטער פון חיד"א, איז דער באר היטב פון רבי זכריה מענדל אנגענומען געווארן - סיי אויף חושן משפט, און טיילווייז אויף יורה דעה[19].

דער באר היטב איז באנוצט געווארן דורך אסאך מורי הוראה צו פסק'נען שאלות[36], און פילע פוסקים ווארענען אז מען מוז נאכקוקן דער מקור פון יעדע הלכה וואס ווערט געברענגט, און ווייזן אן אויף פעלער וואו מען האט זיך טועה געווען צוליב די קורצע שפראך פונעם באר היטב[37]. רבי משה סופר דרוקט זיך אויס: "די רייד פון באר היטב באלייכטן די אויגן פון די וואס קוקן דורך גרויסע פענסטערס, און פארבלענדן די וואס קוקן דורך די שפאלטנס; ווייל דער רב ז"ל האט געגעבן ארט פאר די וואס זענען מעיין פון שורש צו טרעפן דערין א זיסן טעם כצפיחית בדבש, און א שטרויכלונג פאר די וואס בליקן דורך און פארלאזן זיך אויף די פשוט'ע משמעות פון זיינע רייד, וואס איז נישט ריכטיג"[38]. רבי יצחק אייזיק סאפרין אין זיין חיבור "שלחן הטהור", פארגלייכנדיג זיינע מסקנות מיט די פסקים פון פריערדיגע, ברענגט ער אפט דעם באר היטב. רבי שניאור זלמן פון ליאדי איז מדייק להלכה פון דעם וואס דער באר היטב לאזט אויס די רייד פון מגן אברהם אין א געוויסן ארט[39]. דער חפץ חיים האט אויסגעקליבן צו אריינדריקן דעם באר היטב צוזאמען מיט זיין משנה ברורה.

אסאך האבן רעקאמענדירט דעם ספר ווען עס קומט צו קונה זיין א בקיאות אין הלכה. רבי משה גרינוואלד, דער ערוגת הבושם, האט געהייסן לערנען יעדן שבת כאטש איין סימן אין שולחן ערוך הלכות שבת, "און אויב עס איז נישט דא קיין צייט צו לערנען מיט טורי זהב און מגן אברהם, זאל מען כאטש לערנען מיט באר היטב". ווי אויך זאל מען לערנען די הלכות אין שולחן ערוך פון יעדן יום טוב אין איר צייט, ווי הלכות פסח אויף פסח, ווייניגסטענס מיט'ן באר היטב[40]. רבי יעקב קטינא האט געהייסן זיינע קינדער דורכלערנען שולחן ערוך מיט באר היטב פון קליינווייז אן, כדי זיי זאלן גוט קענען הלכה[41].

ביבליאגראפיע

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. גולדראט, תשל"ב: עמוד 27
  2. גולדראט, תשל"ב: עמוד 32
  3. הקדמת המחבר, געברענגט איןולר, תשס"ו: זייט תתכה
  4. 4.0 4.1 ולר, תשס"ו: עמוד תתכו
  5. 5.0 5.1 5.2 5.3 5.4 5.5 5.6 מכון ירושלים, שולחן ערוך מהדורת פריעדמאן, ירושלים, תשנ"ו, אורח חיים, מבוא זייט 77 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  6. 6.0 6.1 גולדראט, תשל"ב: עמוד 31
  7. גולדראט, תשל"ב: עמוד 34
  8. 8.0 8.1 גולדראט, תשל"ה: עמוד 12
  9. ולר, תשס"ז: זייט תתמד
  10. גולדראט, תשל"ב: עמוד 18; טוב לכת, אמסטערדאם, תק"ו, שער הספר
  11. גולדראט, תשל"ב: עמוד 21
  12. ולר, תשס"ז: עמוד תתמו
  13. ולר, תשס"ז: עמוד תתמא
  14. גולדראט, תשל"ה: עמוד 15
  15. גולדראט, תשל"ה: עמוד 20
  16. ולר, תשס"ו: עמוד תתכח; גולדראט, תשל"א: עמוד 29
  17. 17.0 17.1 17.2 17.3 מכון ירושלים, שולחן ערוך מהדורת פריעדמאן, ירושלים, תשנ"ו, יורה דעה, מבוא זייט 65 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  18. גולדראט, תשל"ב: עמוד 40
  19. 19.0 19.1 19.2 ולר, תשס"ז: עמוד תתמו
  20. 20.0 20.1 ולר, תשס"ז: עמוד תתמא
  21. גולדראט, תשל"א: עמוד 6
  22. ולר, תשס"ז: עמוד תתמב.
  23. גולדראט, תשל"א: עמוד 7
  24. גולדראט, תשל"ב: עמוד 44
  25. ולר, תשס"ז: עמוד תתמב
  26. ולר, תשס"ז: עמוד תתמג
  27. תגיםהויב
  28. רבי יעקב עמדין, מור וקציעה, ירושלים: מכון ירושלים, תשנ"ו. זע: סימן לד, פב, קמג און נאך
  29. סימן קנח
  30. רבי יעקב ריישער, שבות יעקב, חלק שלישי, סימן מ"א, און דארט, סימן צ"ח
  31. רבי רפאל מייזליש, תוספת שבת, אין די הקדמה
  32. פאר לישרים, אות רל"ג
  33. רבי אברהם חזן, כוכבי אור, ירושלים, תשל"ב, אבני"ה ברזל עמוד מ"ג (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  34. רבי יוסף פרעגער, מנחת יוסף הל' שחיטה ובדיקות, פתח השער סימן ל' (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  35. שם הגדולים מערכת ספרים, ערך באר היטב
  36. רבי שלמה הכהן, נגה אש, אין הסכמה: "ספר הבאה"ט יד הכל ממשמשין בו"
  37. יצחק זאב כהנא, "ספרי הקצורים מבחינת הסמכות", סיני לד, ירושלים, תשי"ד, זייט שיד (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  38. שאלות ותשובות חתם סופר, חלק שלישי (אבן העזר א) סימן קמ"ח
  39. שולחן ערוך הרב, סימן תק"ז אין קונטרס אחרון, אות א'
  40. רבי משה גרינוואלד, הכנה דרבה, תשס"ט, אות ט-י (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  41. רבי יעקב קטינא, רחמי האב, ערך לימוד