ד' שבט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ד' שבט איז דער פערטער טאג פונעם פינפטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פערטער טאג פונעם עלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זחא זחג |
זונטאג | בא |
השא השג |
זונטאג | בשלח |
בחג בחה זשג זשה |
דינסטאג | בא |
בשה בשז גכה גכז |
דאנערשטאג | בא |
החא | פרייטאג | בא |
הכז | שבת | בא |
חגים וזמנים
- פורים אמציסלאוו, אלס אנדענק צו די רעטונג פון די אידן אין שטאט פון די הענט פון די קאזאקן, אין יאר ה'תק"ד
געשעענישן
- ה'תש"ה – אנהייב פון אויסליידיגונג פון דער אוישוויץ קאנצענטראציע לאגער - 58,000 זענען געשיקט געווארן צום טויט מארש
- ה'תשפ"ד – מארגרעט די צווייטע, קעניגין פון דענמארק, טרעט אפ פון טראן צום 52'סטן יארטאג פון איר קרוינונג; קרוין-פרינץ פרעדעריק נעמט איבער אלס פרעדעריק דער 10'טער (ענ').
געבוירן
- ב'קצ"ח – אשר בן יעקב, לויט געוויסע דעות[1]
- ה'תרס"ה – רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער צאנז-קלויזנבורגער רבי פון נתניה, מחבר פון שפע חיים און דברי יציב
יארצייטן
- ב'שכ"א – אשר בן יעקב, לויט געוויסע דעות[2]
- ה'תקס"ז – רבי משה לייב סאסובער (געבוירן ה'תק"ה)
- ה'תק"ע – רבי אברהם קאליסקער פון טבריה, פון די תלמידים פון דער מעזריטשער מגיד און פון די מנהיגים פון די חסיד'ישע עליה קיין ארץ ישראל אין יאר ה'תקל"ז (געבוירן ה'תק"א)
- ה'תרמ"ז – רבי מנחם נחום טווערסקי דער טריסקער מגיד פון בריסק (געבוירן ה'תקפ"ט)
- ה'תרס"ח – רבי דוד ניימאן-לאקענבאך, דער ראב"ד אין פרעשבורג און א תלמיד פון חתם סופר און כתב סופר, מחבר פון תשובות "ניר לדוד" (געבוירן ה'תק"פ)
- ה'תרפ"ד – רבי חיים משה אלישר, דער ראשון לציון און פון די רבנים פון ירושלים. א זון פון דער ראשון לציון רבי יעקב שאול אלישר
- ה'תרצ"ב – רבי רחמים מלמד כהן, דער רב פון די פערסישע אידן אין ירושלים (געבוירן ה'תרכ"ה)
- ה'תרצ"ט – רבי עזרא עבאדי-שעיו, דער רב און אב בית דין הגדול פון ארם צובא (געבוירן ה'תר"ל)
- ה'תשכ"ו – רבי יחיאל יעקב וויינבערג, א רב און פוסק, ראש בית המדרש לרבנים אין בערלין, מחבר פון שו"ת שרידי אש
- ה'תשל"ח – רבי מנחם שלמה טויב דער קאלובער רבי פון וויליאמסבורג, בעל "חקל תפוחין" (געבוירן ה'תרס"א)
- ה'תשמ"ד – רבי ישראל אבוחצירא פון נתיבות, באקאנט אלס דער "באבא סאלי"
- ה'תשס"א – רבי משה לוי, ספרד'ישער פוסק און מחבר פון הלכה ספרים, א ר"מ אין ישיבת כסא רחמים