ניסן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
►► ניסן ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית

ניסן איז דער זיבעטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ערשטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש ניסן פאלט געווענליך אויס בערך אין פאראלעל מיט דער מאנאט אפריל אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, ביי די אנהייב פון סעזאן פון פרילינג אין דעם צפון האלבקיילעך און פון הערבסט אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש תשרי אין צפון האלבקיילעך).

אין רוב יארן, פאלט אויס תקופת ניסן אין דעם חודש.

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח איז ניסן אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[1]. דער פאריגער חודש, אדר אדער אדר ב' (אין פאל פון עיבור יאר), איז אלעמאל א "חודש חסר" פון 29 טעג, און ראש חודש ניסן באשטייט דעריבער פון איין טאג, א' ניסן[1]. חודש ניסן קען זיך אנהייבן אין א זונטאג, דינסטאג, דאנערשטאג אדער שבת[2].

אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש ניסן, מען זאל וויסן ווען עס פאלט אויס פסח[3]. פון נאך דעם חורבן בית המקדש האט רבן יוחנן בן זכאי איינגעפירט, אז די עדים וועלכע האבן געזען די נייע לבנה זאלן מעגן מחלל שבת זיין נאר צוליב דער קידוש החודש פון ניסן און פון תשרי, און נישט פון אנדערע חדשים[4].

אלס ערשטער חודש

דער חודש ווערט באצייכנט אין פסוק אלס דער אנהייב פון אלע חדשים:

 הַחֹ֧דֶשׁ הַזֶּ֛ה לָכֶ֖ם רֹ֣אשׁ חֳדָשִׁ֑ים
רִאשׁ֥וֹן הוּא֙ לָכֶ֔ם לְחָדְשֵׁ֖י הַשָּׁנָֽה

לויט דער רמב"ן, איז א מצוה צו ציילן די חדשים פון ניסן, שטענדיג צו דערמאנען יציאת מצרים. די חדשים פארמאגן דעריבער נישט קיין באזונדערע נעמען אין די תורה, נאר זיי ווערן שטענדיג דערמאנט לויט זייער צאל פון ניסן[5]. רבי יוסף אלבו ערקלערט אז די מצוה איז געווען צייטווייליג, און נאך גלות בבל האט מען געטוישט צו די בבלי'שע נעמען צו דערמאנען אז מיר זענען פון דארט אויסגעלייזט געווארן[6]. אנדערע קריגן אז די מצוה גייט נאך ווייטער אן, כאטש די חדשים ווערן שוין גערופן מיט נעמען, און ווען מען ציילט די חדשים דארפן זיי געציילט ווערן אנגעהויבן פון ניסן[7].

ניסן דינט אלס דער אנהייב פון יאר לגבי פארשידענע דינים: פאר מלכים[8], אידישע קעניגן, וואס זייערע יארן האבן זיך גערעכנט אנגעהויבן פון א' ניסן[א], און פאר תרומת הלשכה[11], צוליב וואס די קרבנות פון א' ניסן און ווייטער האבן געדארפט זיין געקויפט פון די פרישע שקלים. לויט טייל מקורות איז עס אויך דער אנהייב יאר פאר שכירות בתים, אז אויב האט מען פארדינגען א הויז אין א' אדר פאר "שנה זו" קען מען ענדיגן דעם אפמאך אין א' ניסן, און פאר עיבורין, וויבאלד א יאר קען שוין נישט ווערן באשטימט אלס עיבור יאר פון ניסן און ווייטער[11].

לויט רבי יהושע בן חנניה איז דער וועלט באשאפן געווארן אין ניסן, א צייט ווען עס האבן זיך אויך אויסגעשפילט פארשידענע צענטראלע געשעענישן אין אידישע היסטאריע[12]. דאס איז אין קעגנזאץ צו די מיינונג פון רבי אליעזר, לויט וועמען בריאת העולם און רוב פון די געשעענישן זענען פארגעקומען אין תשרי.

ביי די אידן פון טוניסיע און ליביע איז איינגעפירט צו פראווען א "בסיסא" צערעמאניע אין די נאכט צו ראש חודש ניסן, וואס רעכנט אריין וואונטשן פאר א גוטע געבענטשטע יאר, צו באצייכענען דער יאר וואס הייבט זיך אן אין ניסן[13].

נאמען

”איזהו חודש שהארץ מלאה דשאים ואילן מלא פירות - הוי אומר זה ניסן” (ראש השנה יא, א)

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש הראשון"[14]. די תורה דערמאנט עס אויך מיט'ן נאמען "חודש האביב"[15], וויבאלד עס דארף געפאלן אין דער סעזאן פון פרילינג ווען די תבואה הייבט אן ווערן געצייטיגט[16]. דער נאמען ווערט אויך אויסגעטייטשט אלס רמז: אב י"ב, זייענדיג דער שפיץ פון אלע צוועלף חדשים[17].

דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "ניסן" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש: 𒌗𒁈 ("ניסאנו"), וואס ווערט פארגעשלאגן צו באדייטן "שפראצונג" (ווי "ניצן" אין לשון קודש) אדער "אנהייב"[18]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[19], און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: ”בַּחֹדֶשׁ הָרִאשׁוֹן הוּא חֹדֶשׁ נִיסָן” (אסתר ג, ז).

דער נאמען איז אויך געווארן אויסגעטייטשט פון לשון "נס", ווייל אין דעם חודש האט השי"ת באוויזן זיינע ניסים פאר די אידן[20].

די פאלאשן רופן דעם חודש 'ליסן'.

אין דער גזר קאלענדאר (עב') ווערט דער חודש אנגערופן "יֶרַח עֲצַד פִּשְׁתָ", דער חודש פון אפרייסן די פלאקס[21].

ניסן איז אויך דער נאמען פאר דער מאנאט אפריל אין פילע לענדער אין מיטל מזרח.

סימבאלן און אייגנשאפטן

דער מזל פון דעם חודש איז מזל טלה[22], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[ב]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל שור דער מזל פון חודש ניסן[24].

לויט דער זוהר, איז חודש ניסן קעגן שבט ראובן[25]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט יהודה[26], אדער קעגן שבט יוסף[27], אדער קעגן שבט לוי[28].

חודש ניסן איז קעגן דעם אות ה[22].

דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז יהו"ה[29], וואס גייט ארויס פון פסוק יִשְׂמְחוּ הַשָּׁמַיִם וְתָגֵל הָאָרֶץ”[30].

דער מלאך מיכאל הערשט איבער דעם חודש[31].

חודש ניסן ווערט אנגעגעבן אין חז"ל אלס א צייט וואס איז מסוגל פאר ישועות פאר אידן, אריינגערעכנט די צוקונפטיגע גאולה[12], און ווערט באצייכנט דורך רבי אלעזר הקליר אלס "החודש אשר ישועות בו מקיפות"[32]. אין מדרש ווערט אויסגעדריקט אז קיין שום חודש איז נישט אזוי גרויס ווי ניסן[33]. ביי חסידים האט מען געזאגט, אז די ערשטע צוועלף טעג פון ניסן פארמאגן אין זיך דעם כח פון די צוועלף חדשים פון יאר[34], און אז דער חודש רעכנט אריין אין זיך די מעלות פון אלע אנדערע חדשים און צייטן[35].

דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "קור", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "קציר", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק[36] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[37]. אין חז"ל ווערט דערמאנט אלס אן עקסטערער חסד דער מילדער וועטער פון די צייט ווען אידן זענען ארויס פון מצרים[38].

דינים און מנהגים

רוב טעג פון חודש ניסן ווערן פאררעכנט ימים טובים, אנגעהויבן פון די טעג ווען די נשיאים האבן געברענגט זייערע קרבנות[39], און דערנאך די טעג פון ערב פסח און פסח. מען זאגט דעריבער נישט קיין תחנון און מען טוט נישט פאסטן און מען רעכט נישט אפ הספדים אינעם גאנצן חודש[40]. טייל האבן יא געזאגט תחנון און ערלויבט הספדים אין די לעצטע טעג פון חודש, פון נאך אסרו חג[41], און לויט זיי מעג מען אויך פאסטן אין די טעג[41.1].

טייל קהילות פירן זיך אז אן אבל דאוונט נישט פאר'ן עמוד דורכאויס חודש ניסן[42].

בית דין טוט נישט רופן צו דין תורה אין חודש ניסן, וויבאלד דער בעל דין איז פארנומען מיט די ימים טובים פון חודש[43].

לויט א מקור, דארף מען פארמערן מיט פרייד אין חודש ניסן ווי אין חודש אדר[44]. לויט א מקור זאל מען פרובירן צו באשטימען א חתונה אין חודש ניסן[45].

אין גמרא ווערט דערמאנט א ברכה וואס ווערט געזאגט אין די טעג פון ניסן, ווען מען זעט די ביימער שפראצן[46]. אין די פוסקים שטייט אז די ברכה קען געזאגט ווערן אויך אין אנדערע חדשים[47], אבער על פי קבלה זאל מען אויפפאסן אז עס זאל זיין דווקא אין ניסן[48].

אן אנדערע ברכה, ברכת החמה, ווערט געזאגט איינמאל אין 28 יאר ווען דער זון קומט אן צום זעלבן ארט אין אן ענליכן צייט ווי ביים באשאף[49]. דאס קומט כמעט אלעמאל אויס אין חודש ניסן[50].

מועדים וזמנים

דער סדר טיש ווערט אפגעראכטן אין די צענטראלע נאכט פון חודש ניסן.

נאטיצן

  1. לויט איין דעה רעכענען זיך אויך די יארן פון די גוי'אישע קעניגן פון ניסן[9], אבער לויט די אנגענומענע דעה רעכענען זיי זיך פון תשרי[10].
  2. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[23].
  3. אין הכז, בשז, און גכז יארן, ארום 28.03% פון אלע יארן.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
  2. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  3. ראש השנה יח, א
  4. ראש השנה כא, ב
  5. רמב"ן, שמות יב, א
  6. רבי יוסף אלבו, ספר העיקרים, מאמר שלישי פרק ט"ז, בדעת רמב"ן
  7. רבי יעקב בן חביב, פירוש 'הכותב' אויף עין יעקב אנהייב מגילה; גט פשוט, סימן קכ"ו ס"ק ל"ה.
  8. ראש השנה ב, א
  9. רבי אלעזר בשם רבי חנינא אין תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה א'
  10. חיפה, ירושלמי דארט; ראש השנה ג, א.
  11. 11.0 11.1 ראש השנה ז, א
  12. 12.0 12.1 ראש השנה יא, א
  13. רפאל סרוסי, מנהגי לוב טראבלס (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  14. שמות יב, ב; אסתר ג, ז.
  15. שמות לד, יח; דברים טז, א.
  16. ראש השנה כא, א, און רש"י.
  17. רבינו בחיי, שמות יג, ד
  18. W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94‏, JSTOR 3259081
  19. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  20. זעט: יעקב ישראל סטאל, "שמו של חודש ניסן על-שֵׁם הניסים", המעין נב [ג] (ניסן תשע"ב), עמ' 15–23.
  21. לוח גזר, מכון התורה והארץ - למעשה
  22. 22.0 22.1 ספר יצירה פרק ה' משנה ז'
  23. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  24. בילד.
  25. ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין קידוש ירחים לחודש ניסן פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער המפקד; ויקח משה, נאך פרשת ויחי.
  26. ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח; רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289; רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר, און צדקת הצדיק פסקא רנ"ז.
  27. יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
  28. רסיסי לילה אות ל"ט
  29. אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
  30. בראשית מט, יאִ
  31. ספר הזוהר, פרשת יתרו
  32. מוסף לשבת החודש
  33. שמות רבה, פרשה ט"ו, פסקה א'
  34. אגרא דכלה, פרשת פקודי
  35. מי השילוח, פרשת כי תשא
  36. בראשית ח, כב
  37. בבא מציעא קו, ב
  38. במדבר רבה, פרשה ג'
  39. מסכת סופרים, פרק כ"א
  40. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ט, סעיף ב'
  41. טור, אורח חיים, סימן תכ"ט
    1. בית יוסף, דארט, בדעת הטור.
  42. מקור חיים, סימן קל"ב
  43. שולחן ערוך, חושן משפט, סימן ה', סעיף ב'
  44. אליה רבה סימן תרפ"ח ס"ק ח', באזירט אויף רש"י, תענית כט, א, ד"ה משנכנס.
  45. מנהגי נישואין-קאפיטשניץ (ירושלים תשס"ה), עמ' קי"ד
  46. ברכות מג, ב
  47. משנה ברורה, סימן רכ"ו, סעיף קטן א'
  48. ברכי יוסף, סימן רכ"ו
  49. זעט: ברכות נט, ב
  50. 32 מאל אין ניסן דורכאויס גאנץ אלף הששי, און פיר מאל אין אדר.