רוי:חסידות

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קאזשניצער מגיד רבי ישראל האפשטיין.

חסידות איז אַ שטרעמונג וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורכן בעל שם טוב, באַזירט אויף יסודות אין תורת הקבלה. די יסודות פון חסידות זענען צו דינען דעם באשעפער מיט אינערליכקייט פון האַרץ. חסידות האט שטאַרק באַטאָנט לויטערקייט פון האַרץ, אַהבת ישׂראל, און התקשרות און אמונה אין צדיקים. אַן עקסטערן דגש ווערט געלייגט אויף שבירת המדות, אויסצורייסן גאווה, כּעס, א.ד.ג. און זיך ברעכן די תּאוות הגשמיות.

חסידים זענען די אידן וואָס פירן זיך לויט די אויבנדערמאָנטע יסודות פון דרך הבעש"ט.

דער ריכטיקער אָפּטייטש פון דעם וואָרט חסיד איז פון מתחסד עם קונו, ד.ה. ער טוט מער ווי מען ברויך צו טאָן כּלפּי די חובות היהודי לבוראו.

היסטאָריע פון חסידות

די שרשים פון חסידות זענען געשטעלט געוואָרן אין די שטעט און שטעטלעך פון אוקראַיִנע און וואהלין. נאכ'ן הסתלקות פון בעש"ט איז איבערגעגאַנגען די הנהגה צו רבי דוב בער ממעזריטש, באַקאַנט ווי דער מעזריטשער מגיד. אין יענער צייט האָבן אָנגעהויבן צוגעקומען חסידים און תּלמידים פון פוילן און גאליציע (ר' אלימלך פון ליזענסק, חוזה פון לובלין, שפּעטער ר' שלום מבעלזא, שפּעטער דברי חיים צאַנז, און קאָצק גור אין פוילן, וכו'), און אפילו פון ווייטער אונגעריש-עסטרייכישער אימפּעריע (ר' פנחס הורוויץ בעל הפלאה, וכו').

נאָכן הסתלקות פונעם מעזריטשער מגיד האָט זיך די הנהגה פונאַנדערגעטיילט צווישן די גרויסע תּלמידים, איבערהויפּט: רבי שניאור זלמן פון ליאַדי, ר' מנחם נחום פון טשערנאָביל, און ר' אלימלך פון ליזענסק.

די תּלמידים פון ר' אלימלך, איבערהויפּט דער חוזה פון לובלין און זיין תּלמיד נפתּלי ראַפּשיצער, האָבן געהאָלפן נאָך מער פאַרשפּרייטן די תּורת החסידות אויף ווייט און ברייט דורך זייערע צאָלרייכע תּלמידים און חסידים. דאַן האָט חסידות געשלאָגן וואָרצלען אין אַזעלכע ווייטע ערטער ווי אונגערן דורך דעם חוזה'ס תּלמיד בעל ישמח משה.

נאָך דער צווייטער וועלט–מלחמה

נאָכן חורבן אין אייראָפּע האָבן זיך איבערגעפלאַנצט אַ סך חסידישע הויפן, גרויסע און קליינע, אין ארץ ישׂראל און אַמעריקע. חסידות אין מאָדערנע צייטן האָט פאַרשפּרייט אין כּלל–ישׂראל די ליבשאַפט צו וואַרעמער נגינה און מער מנהגים באַזירט אויף קבלה, און אמונת–צדיקים.

חסיד'ישע הויפן זענען געוואָרן אלץ מער פאַרברייטערט און פאַרצווייגט און מיט דעם זענען מיטגעקומען נייע שוועריקייטן צו קענען אָנהאַלטן דעם אָריגינעלן דגש פון חסידות אויף עבודת–השם מיט אינעווייניגסטע פון האַרץ, און אויף צו געדענקען און פארשטיין די טיפע תּורת–החסידות פון בעש"ט ותּלמידיו. אויך זענען חסיד'ישע הויפן געוואָרן מער פּאָליטיזירט און פּאַרטייאיש, און אַ סך זענען היינט מיטן געדאַנק אַז דער חסידישער לעבנסשטייגער איז מערסטענס אויף אָנצוהאַלטן אידן ביי אידישקיט. עס איז באַקאַנט אַז דער סאַטמאַרער רב, רבי יואל טייטלבוים, האָט געשריבן אַז נשתכח תורת הבעש"ט. ער שרייבט בפירוש דאָרטן אין ויואל משה "וצריך בינה יתירה להתבונן בדבריהם הקדושים".

עס זענען דאָ אַ סך חסידים וואָס האַלטן נאָך שטאַרק אָן מיט די אָריגענעלע יסודות, און עס קען נאָך ווערן געפונען היינט בני עלי' וואָס האָרעווען אין תּורת–החסידות און אין תּורת–הקבלה אויף וואָס דאָס איז געגרינדט, און אַרבעטן אויף תּורה לשמה, שבירת–המדות, און התדבקות לצדיקי אמת.

התנגדות

פון סאַמע אָנפאַנג זענען געווען שטאַרקע חולקים אויפן נייעם דרך. ספּעציעל אין ליטע זענען אַרויסגעגעבן געוואאָרן צאָלריכע חרמים קעגן חסידים, א טייל פון וועלכע דער גר"א האָט זיך אין זיי אָנגעשלאָסן, און די ערשטע מיטגלידער פון חסידות האָבן געהאַט אויסצושטיין גאָר שטאַרקע רדיפות.

די הויפּט–טענות קעגן די חסידים האָבן באַשטייט אין דעם וואָס מען האָט משנה געווען אינעם נוסח התּפלה פון נוסח אַשכּנז צום נוסח אר"י, און אַז די חסידים האָבן מיקל געווען אין געוויסע הלכות, ווי צ.ב.ש. זמן–תּפלה, א.ד.ג. אויך איז געווען שטאַרק דאָס חשד אַז חסידות איז נישט מער ווי אַ כּת מיט מאָדנע געפירעכץ וואָס וועט צוברענגן צו אַ פאַרצווייפלונג אין יהדות צום גלייכן ווי דער כת פון שבתי צבי.

מיטן אָנקום פון דער השׂכּלה איז די התנגדות קעגן חסידים שוואַך געוואָרן דורך דעם וואָס חסידים און מתנגדים האָבן איינגעזען אַז זיי מוזן פירן אַ געאייניקטן קאַמף קעגן השׂכּלה.

איינע פון די גרעסטע גדולים און גרויסע לייט אין דעם ערשטער דור פון דעם מגיד פון מעזריטש אין פון זיינע תלמידים, וואס האבן יא אנגענומען חסידות און זיי געהאלטן פאר גאר גרויסע לייט, איז געווען דער חיד"א. און אין שו"ת דברי חיים ברענגט ער דערפון א ראיה, אז גדולי ישראל האבן יא אנגענועמן חסידות עיי"ש. וואס כאטש ער איז געווען א ספרדי, און אין זיין געגענט אין איטאליע האט מען דאך כמעט נישט געוואוסט פון חסידות, דאך שרייבט ער זייער שיין אויפן רבי ישראל בעל שם און אויף זיינע תלמידים. ער שרייבט אויף אים הרב החסיד קדוש מהר"י בעל שם טוב הגיד גדולת נשמת מהרבינו חיים (בן עטר) שם הגדולים ערך אור החיים וערך צפנת פענח). אויך דער צפנת פענת פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה ברענגט דער חיד"א אין זיינע ספרים (שם הגדולים ערך צפנת פענח, און רוח חיים, און אין זיין ספר כסא דוד דרוש י"ד). אויך שרייבט ער אויף אים אין שם הגדולים הקדמות רבו הרב המפורסם קדוש יאמר לו מהר"ר ישראל בעל שם טוב. אויך ווערט דערמאנט די חבורה פון בעל שם טוב אין זיין ספר ברכי יוסף (יורה דעה סי' רצ"ט סעי' א') אז ער האט געזעהן חסידים וואס גייען מיט קליידער פון זיידן און זענען מקפיד נישט צו גיין מיט וואל ער האט זיי געפרעגט דעם טעם און זיי האבן אים געענטפערט, ער שרייבט אזוי: זה שנים כן באו סיעת ספריא מקרית חוצות לשכון כבוד בארץ, ותרי מינייהו רבנן המתקדשם והמטהרים בהדרי הדרים, ועין רואה הני מאני דרבנן מכף רגל ועד ראש לבושי משי ואיבעיא להו לרבנן מה מצוה זו ומצאה הקפידה באמור רבנן בטעמא עיי"ש. אויך דערמאנט ער אסאך מאל אין זיינע ספרים רבי גרשון מקיטוב, א שוואגער און א תלמיד פון בעל שם טוב. אויך ברענגט ער נאך תלמידים פון בעל שם טוב ווי רבי יוסף דער טאטע פון רבי ישראל נחמן מדראהביטש (חומת אנ"ך שה"ש א').

דער תולדות יעקב יוסף ברענגט ער אזוי: שפירש בספר בן פורת יוסף להרב החסיד מוהר"ר יעקב יוסף כ"ץ ז"ל תלמיד הרב עיר וקדיש מהר"ר ישראל בעל שם טוב ז"ל שבא לידינו מקרוב.

פון דער אנדערע זייט, די רביים פון חסידים ברענגן אויך דעם חיד"א זייער שיין, עס איז מקובל ביי חסידים זייער שיינע רייד פון רביים אויף אים ווי עס שטייט אין ספר אהל אלימלך סי' רפ"א. וואס עס האט געזאגט אויף אים דער צדיק רבי אלימלך מליזנעסק, ספעציעל איז באקאנט אז רבי צבי אלימלך מדינוב דער מחבר פון ספר בני יששכר ברענגט אים זייער אסאך אין זיינע ספרים, אין א פלאץ שרייבט ער אויפן חיד"א אזוי: איך ווייס נישט ווי דער מראה מקום דערפון איז נישט אין סוגיות הש"ס, אבער וויבאלד דער חיד"א א רב מובהק אין זיין דור שרייבט אזוי בבית דין של מטה, פסק'נט מען אזוי אויך אין בית דין של מעלה (בני יששכר ח"ב חודש תשרי דרוש י"ד). אויך ברענגט דער בני יששכר זיינע ספרים ראש דוד, דבש לפי, און ער האט געשריבן דערויף הערות, די היסטאריע ספרים שרייבט אז דער בני ייששכר אין זיין שניט אין דרוש ענדעלט זייער צום שניט פון חיד"א.

אפרוף פונעם חפץ חיים

אין ספר חיי החפץ חיים, (מחבר ר' ארי' לייב בן החפץ חיים) שטייט, דער חפץ חיים האָט געזאָגט, ער איז מקנא די חסידים מיט דריי זאַכן, 1) פון די זאַכן, אַז דער חינוך ביי די חסידים האַלט זיך זייער שטאַרק, ווייל, ווען אַ משׂכיל קומט אין אַ ליטווישער שטאָט, און רעדט צו די קינדער, וועט מען איבער טראַכטן אויב עס איז פּאַסיק אים צו שטערן, אויב עס איז לשון–הרע, א.ד.ג, אין די צייט וואָס מענטשן טראַכטן וואָס צו טון, איז דער משׂכיל משחית דעם חינוך - אָבער אויב גייט דער משׂכיל אין אַ חסידישער שטאָט, און רעדט צו אַ קינד, וועט די גאַנצע שטאָט אים אַרויסבאַגלייטן מיט בזיונות בתופים ובמחולות, און עס איז אים נישט מעגלעך צו שעדיקן דעם חינוך (נ"ב מהכותב: עס גלייבט זיך נישט פונעם לשון אין ספר חיי הח"ח, אַז דער חפץ חיים רעדט דאָ פון אונגאַרישע חסידים דווקא, ער שרייבט דאָס בפירוש אויף אלע חסידים).

אויך שטייט אַז דער חפץ חיים האָט געפרעגט דעם מהרש"ב פון לובאַוויטש, ווי אַזוי ער האָט געפּועלט ביי זיינע תּלמידים, זיי זאָלן לאָזן וואַקסן די בערד, ווייל דער חפץ חיים האָט זיך זייער אַ סך געבעטן ביי זיינע תּלמידים זיי זאָלן לאָזן וואַקסן די בערד, און ער האָט נישט געפּועלט (אַזוי ווי עס פלעגט גיין אין ליטווישע ישיבות) האָט דער מהרש"ב געענטפערט, אַז ער האָט נאָך קיין מאָל נישט גערעדט וועגן לאָזן וואַקסן די בערד, די תּלמידים, האָבן דאָס אַליין פאַרשטאַנען.

ספרי יסוד פון חסידות

- ביי אסאך חסידים גייען נישט די ספרים אראפ פון טיש.

צדיקים האבן געזאגט: מ'דארף זיך פארזעצן (פאר'משכנ'ן) די שטריימל, צו קויפן א חסידיש ספר.

חסיד שוטה

א פרומער משוגענער רופט די גמרא אן א "חסיד שוטה". הגם די ריכטכע דעפיניציע איז געזאגט געווארן אויף איינעם וואס ווייסט נישט וויאזוי צו זיין פרום, דהיינו ער גייט אין מקוה אין יום הקדוש, איז עס אויסגענוצט געווארן ביי שונאי חסידים אלץ א שפּאָט נאמען.

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!