דגל מחנה אפרים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דגל מחנה אפרים
שער בלאט פון ערשטן דרוק, קארעץ תק"ע
שער בלאט פון ערשטן דרוק, קארעץ תק"ע
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו
דער ציון פון דער דגל מחנה אפרים

דגל מחנה אפרים (אין חסיד'ישן אויסשפראך אויך גערופן אין קורצן דגל) איז דער ספר פון רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו, לויט'ן סדר פון די פרשיות. עס איז ערשט געדרוקט געווארן פון כתב יד אין יאר ה'תק"ע, צען יאר נאך די פטירה פונעם מחבר, דורך זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ, וועלכער האט עס געגעבן דעם נאמען. דער ספר ווערט פאררעכנט ווי א ספר יסוד אין חסידות, און עס ווערט זייער אפט געדרוקט.

אינהאלט

דער ספר איז פול מיט קבלה און חסידות פון וואס דער מחבר האט גערעדט פאר זיין קהילה אין סדילקאוו. אין גרויסן טייל אנטהאלט עס קורצע דברי תורה אויפן סדר פון די פרשיות פון די וואך, אבער צו דעם איז אויך פארהאן א לאנגער דרוש אויף שבת הגדול וואס ער האט געזאגט אין יאר ה'תקמ"ב, ווי אויך א לאנגער שבת שובה דרוש.

דורכאויס דעם גאנצן ספר ברענגט דער מחבר כסדר ווערטער פון זיין זיידן דער בעל שם טוב פון וועלכע ער איז דער ערשטער מקור, און ער איז מאריך זיי צו ערקלערן. ביים סוף פון ספר איז פארהאן אן עקסטערן אפטיילונג מיטן נאמען 'אמרות טהורות', וואו ער ברענגט נאך ווערטער פון זיין זיידן אן פארברייטערונג, אריינגערעכנט כוונות המקוה וואס ער האט מקבל געווען פון זיין זיידן. נאך ווערן געברענגט סוף ספר אויסצוגן פון געוויסע חלומות וואס ער האט געהאט און האט זיך פארשריבן.

באקאנט זענען זיינע רייד אין פרשת בשלח, אויפ'ן פסוק "ובני ישראל יוצאים ביד רמה"[1], וואס אונקלוס טייטש דאס איבער "בריש גלי", אז ברי"ש איז ראשי תיבות "רבי ישראל בעל שם", אלס רמז אז דורך וואס תורת החסידות פון בעל שם טוב וועט ווערן פארשפרייט און אנטפלעקט (גלי איז פון לשון 'גילוי'), וועלן די אידן ארויסגיין פון גלות.

הסכמות

עס האבן מסכים געווען אויף דעם ספר: רבי משולם זושא פון האניפאלי[2]; רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, וועלכער שרייבט אין זיין הסכמה: "מובטחני שעל ידי החיבור הלז יתלהב לבב אחינו בני ישראל לעבודת הבורא ברוך הוא וברוך שמו"; דער קאזשניצער מגיד; דער חוזה פון לובלין, וועלכער שרייבט אויפ'ן חיבור: "הוא מתוק לחיך וערב מאד, אשר כמעט לא נראה כמוהו"; רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא); רבי מענדעלע לינסקער; און רבי חיים פון טשערנאוויץ, דער 'באר מים חיים'. רבי ישראל פון רוזשין האט זיך אויסגעדרוקט, אז לערנען אין דגל איז מסוגל צו גוטע קינדער[3].

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

  • שיתופתא דגל מחנה אפרים, אויף שיתופתא
  • רעפערענצן

    1. שמות יד, ח
    2. דגל, הוצאת פאר מקדושים
    3. שיח זקנים חלק חמישי, עמוד מ"ב
    4. דגל מחנה אפרים, תק"ף אויף קדם ליציטאציעס