רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו

פון המכלול
"דגל מחנה אפרים", אייניקל פון בעש"ט (~ה'תק"ב–ה'תק"ס)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער "דגל"
רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים
געבורט מעזשיבוזש, אוקראינע
פטירה י"ז אייר ה'תק"ס
מקום קבורה מעזשיבוזש
מדינה פוילן-ליטא
רבי'ס בעש"ט, רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, רבי יעקב יוסף פון פולנאה
ספרים דגל מחנה אפרים
טאטע רבי יחיאל אשכנזי
מאמע אדל טאכטער פון בעל שם טוב
די בית המדרש אין סדילקאוו

רבי משה חיים אפרים (דער "דגל") פון סדילקאוו, (בערך ה'תק"בי"ז אייר ה'תק"ס), איז געווען אן אייניקל פון דעם בעל שם טוב, פון זיינע ממשיכים, און פון די ערשטע צו שרייבן חסיד'ישע ספרים.

ביאגראפיע

רבי אפרים איז געבוירן צו רבי יחיאל מיכל אשכנזי און אדל די טאכטער פון בעל שם טוב, אין שטאט מעזשיבוזש וואו זיין זיידע האט געוואוינט. איבער דאס יאָר פון זיין געבורט זענען פארהאן עטליכע מיינונגען[א]. יונגערהייט האט אים זיין זיידע שוין אנגערופן: "נכדי החתן החשוב כ' אפרים עילוי גדול בתכלית הלימוד"[ב]. לויט איין מקור איז ער א חתן געווארן מיט די טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם גרשון פון קיטוב, אבער צוליב וואס ער איז ארויף קיין ארץ ישראל איז דער שידוך נישט צושטאנד געקומען[4]. רבי אפרים האט למעשה חתונה געהאט צו פעסיל[5], אדער צו יענטא (אדער יענטל)[1].

נאך די פטירה פון זיין זיידן האט ער געלערנט ביי זיינע תלמידים: רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, און בעיקר ביי רבי יעקב יוסף פון פולנאה דער 'תולדות'. רבי אפרים ווערט אבער נאך פאררעכנט ווי פונעם צווייטן דור פון חסידות, ווייל ער האט אליין מקבל געווען תורה פון זיין זיידן און ער ציטירט דירעקט זיינע ווערטער אין זיין ספר.

דער דגל האט געדינט אלס רב און מגיד מישרים אין סדילקאוו וואס איז נעבן שפיטיווקא און נישט ווייט פון מעזשיבוזש זיין געבורטס ארט. ער האט דארט שטארק געליטן פון רדיפות צוליב די התנגדות צו חסידות צוזאמען מיט ארעמקייט, צוליב וואס די קהילה האט אים נישט באזארגט זיין פרנסה[1]. אין יאר תקמ"ח בערך איז ער צוריק צו זיין געבורטס ארט, וואו זיין ברודער רבי ברוך פון מעזשיבוזש האט געדינט אלס רבי; דער דגל פלעגט דערפאר דאווענען אין בית המדרש פון זיין זיידן.

די ברידער זענען געווען זייער נאנט און עס האט געהערשט גרויס פריינדשאפט צווישן זיי, כאטש זיי האבן ביידע געפירט רעביסטווע אין זעלבן שטאט. רבי אפרים איז נישט ארויסגעשטאנען ביים לעבן אלס מנהיג פון א גרויסע קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן; ווי זיין רבי דער תולדות יעקב יוסף איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א געמיינדע. זיין ברודער, פון דער אנדערער זייט, האט געפירט א גרויסע קהילה, ער איז אסאך ארומגעפארן צו די פארשידענע שטעטלעך אין אוקראינע וואו זיינע חסידים האבן געוואוינט, און אסאך פון די מנהיגים פון קומענדיגן דור אין חסידות האבן זיך געציילט צווישן זיינע תלמידים.

אום י"ז אייר, ערב ל"ג בעומר פון יאר ה'תק"ס (לויט אנדערע, ה'תקנ"ח[1]), איז רבי משה חיים אפרים אוועק. ער איז באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין מעזשיבוזש.

נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין פירערשאפט אין מעזשיבוזש. נאך ביים לעבן האט זיין איידעם, רבי דוד הלוי איש הורוויץ, איבערגענומען זיין שטעלע אלס מגיד מישרים און אדמו"ר אין סדילקאָוו.

זיין ספר

Postscript-viewer-blue.svg דגל מחנה אפרים

רבי אפרים האט איבערגעלאזט שריפטן פון זיינע דברי תורה, צווישן זיי פילע מאמרים וואס ער האט געהערט פון זיין זיידן דער בעל שם טוב. אין יאר תק"ע האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ זיי געדרוקט, געבנדיג א נאמען פאר דעם ספר "דגל מחנה אפרים". דאָס ספר ווערט פאררעכנט אלס אַ ספר יסוד אין חסידות.

פאמיליע

  • רבי אפרים האט געהאט צוויי זין און צוויי טעכטער:

היינט דינען צוויי פון זיינע אייניקלעך אלס רבי'ס פון סדילקאוו: רבי אריה לייב גלאנץ אין מאנסי, ניו יארק; און רבי אריה וואהל פון סדילקאוו אין בית שמש.

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

נאטיצן

  1. די מיינונגען פון רבי אפרים'ס געבורט לויפן פון תצ"ז ביז תק"ח. אברהם כהנא שרייבט אין "ספר החסידות" אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ב, שמואל אבא האראדעצקי שרייבט אין "החסידות והחסידים" אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ח, ווידער אנדערע נעמען אן אז ער איז שוין געווען געבוירן אזוי פרי ווי ה'ת"ק[1] אדער נאך פריער[2][3].
  2. אין א בריוו צו זיין שוואגער רבי אברהם גרשון פון קיטוב. דער בריוו איז בערך פון יאר ה'תקי"ב. דוד פרענקל, מכתבים מהבעש״ט ז״ל ותלמידיו, לעמבערג תרפ"ג, ע' ד
  3. איידעם פון דער מאור עינים פון טשערנאביל.

רעפערענצן

  1. ארויפשפרינגען קיין: 1.0 1.1 1.2 1.3 מכון משכנות יעקב, ‏דער הייליגער דגל, אורות, אייר תשע"ח, אויף Academia.edu
  2. שמעון דובנוב, תולדות החסידות, עמ' 205. ער דרינגט דאס אויף פונעם בעש"ט'ס בריוו געברענגט שפעטער, אז אין תק"י איז ער שוין געווען א חתן.
  3. זעט שלמה אבי"ש, "קורות־חייו המקוריים של הבעש"ט זי"ע (ב)", היכל הבעש"ט ד, תשרי תשס"ד, הערה 23
  4. בריוו פון רבי יחיאל אשכנזי, מכתבים מהבעש״ט ז״ל ותלמידיו, לעמבערג תרפ"ג, ע' ה. טייל זענען אבער מפקפק אין פארלעסליכקייט פון דעם בריוו, זעט: מכון משכנות יעקב, ‏דער הייליגער דגל, אורות, אייר תשע"ח, אויף Academia.edu
  5. דגל מחנה אפרים, הוצאת "פאר מקדושים", בראש המחנה-פרקי תולדות, זעט דארט אן אריכות
  6. בן אחר בן פון דער של"ה
תלמידים פון בעש"ט

רבי אברהם פאדלוסקעררבי אברהם פון מעזשיבוזשרבי אברהם אבא פון דוביסאררבי אברהם אבא פון לובליןרבי אברהם אבא פון קריבושרבי אברהם גרשון פון קיטוברבי אברהם שמשון פון ראשקאוורבי אהרן פון מעזשיבוזשרבי אהרן משרתרבי אהרן הגדול פון קארליןרבי אהרן פון קיטוברבי אליהו פון סאקאלובקירבי אליעזר פון טאמאשפאלירבי אלכסנדר סופררבי אריה לייב פון שפאלערבי בנימין פון זאלאשיץרבי ברוך פון מעזשיבוזשרבי ברוך פון קאמינקארבי גרשון פון פאווליץרבי דוב בער פון זאסלאוורבי דוב בער פון מעזריטשרבי דוד פון חאלאדאווקערבי דוד פון ליניץרבי דוד פון מיקאלייאוורבי דוד פון קאלאמייערבי דוד פון שאריגראדרבי דוד היילפרין פון אוסטראהרבי דוד לייקעסרבי דוד מגיד פון טולטשיןרבי דוד פירקוסרבי זאב פון אליקזאב וואלף קיצעסרבי זעליג פון לאטושוברבי חיים פון קראסנארבי חיים מגיד פון ליניץרבי יהודה ליב פון פולנאהרבי יואל פון פראטהוררבי יואל פון נעמיראוורבי יודל פון טשודנוברבי יונה פון אוסטראהרבי יונה פון פולוצקרבי יונה פון קאמינקארבי יוסף פון דראהאביטשרבי יוסף פון זורניץרבי יוסף פון קאמינקאיוסף אשכנזירבי יוסף יואל פון סטעפאןרבי יוסף יוזפא פון אוסטראהרבי יוסף משה פון מעזשיבוזשרבי יוסף מלמד פון חמעלניקרבי יוסף ספראוועדליווער פון פיסטיןרבי יחיאל מיכל פון האראדנערבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוורבי יעקב פון האניפאלירבי יעקב פון מעזשיבוזשרבי יעקב יוסף פון אוסטראהרבי יעקב יוסף פון פולנאהרבי יעקב קאפל חסידרבי יצחק פון דראהאביטשרבי יצחק פון מעזריטשרבי יצחק דוב מרגליות פון יאזלאוויץרבי ישכר בער פון ליובאוויטשרבי ישכר פון קישינאוורבי ישעיהו פון יאנאוורבי ישראל חריף פון סאטינאוורבי לייב שרה'סרבי לייב קעסלעררבי ליפא פון חמעלניקרבי מאיר הגדול פון פרעמישלאןרבי מאיר מרגליות פון אוסטראהרבי מנחם מענדל פון באררבי מנחם מענדל פון דוביסאררבי מנחם מענדל פון וויטעבסקרבי מנחם מענדל פון פרימישלאןרבי מנחם מענדל פון קאלאמייערבי מנחם נחום פון טשערנאבילרבי מרדכי פון זאסלאוורבי משה פון קיטוברבי משה פון שאטנאווערבי משה פון שדה חדשרבי משה קעדסרבי משה שהם פון דאלינארבי משה חיים אפרים פון סדילקאוורבי נחמן פון האראדענקערבי נחמן פון קאסוברבי נטע פון אוורוטשרבי ניסן כ"ץ פון דווארטרבי פאלק פון טיטשלניקפנחס שפירא פון קאריץרבי צבי חסיד פון זלאטשאוורבי צבי סופררבי צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוברבי צבי הערש פון אוסטראהרבי צבי הערש פון קאמינקארבי שמואל פון קאמינקארבי שבתי פון ראשקאוו

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל