רוי:רבי ישראל חריף פון סאטינאוו
רבי ישראל פון סאטינאוו זצ"ל (ה'תנ"ו - ז' שבט ה'תקמ"א) באקאנט אלס רבי ישראל חריף אדער רבי ישראל דער גרויסער.
אפשטאם
רבי ישראל איז געבוירן אין יאר ה'תנ"ו צו זיין פאטער רבי שלמה.
זיין געשיכטע
פון יונגערהייט האט מען שוין בייוואנדערט רבי ישראל איבער זיין גרויסן כח אין חריפות און בקיאות, רבי יוסף שאול נאטאנזאן דער לעמבערגער רב שרייבט אין זיין הסכמה אויף דעם תפארת ישראל, "זיין זיידע האט אים געזאגט אז די שטאט סאטינאוו איז געווען פיל מיט תלמידי חכמים און רבי ישראל איז זיי אלע איבערגעשטיגן.
מיט די יארן איז רבי ישראל געווארן פון די גרויסע תלמידים פון בעש"ט, רבי יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס שרייבט, אז ווען דער בעש"ט איז געווען אין סאטינאוו איז ער איינגעשטאנן ביי רבי ישראל, און דער בעש"ט האט ארויס געוויזן א געוואלדיגע ליבשאפט צו אים.
הסתלקות
זיינע ספרים
- תפארת ישראל - וועגען דעם ספר, שרייבט רבי אהרן טווערסקי פון טשערנאביל אין זיין הסכמה, אז ס'איז א סגולה צו האבן דעם ספר אין שטוב.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!