רוי:רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער

פון המכלול
רב און אדמו"ר אין שעפעטיווקע און טבריה
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער (נפ' ג' סיון ה'תקס"א) איז געווען א רוסישער רב, א גרויסער למדן, וואס האט פארשפרייט חסידות צווישן די למדנים. ער איז געווען א תלמיד פון רבי יעקב יוסף פון פאלאנע (דער "תולדות"), דער מעזריטשער מגיד און רבי פינחס קאריצער. אין זיינע לעצטע יארן האט ער געפירט א רעביסטעווע אין טבריה.

ביאגראפיע

רבי יעקב שמשון איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב יצחק, רב פון שעפעטיווקע. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי חיים יעקב סג"ל חריף, רב פון שעפעטיווקע. ער האט געפירט די וויכוחים מיט די מתנגדים וועגן חסידות, און פאר דעם צוועק האט ער געטראפן דעם פראגער רב, הרב רבי יחזקאל לאנדא, מחבר פון "נודע ביהודה".

אין יאר תק"נ איז ער אנגעקומען צום ערשטן מאל אין ארץ ישראל. אין יאר תקנ"ד איז ער אנגעקומען צום צווייטן מאל און האט זיך באזעצט אין טבריה, וואו ער האט אויפגעשטעלט דעם וואהלינער כולל. אין תקנ"ט איז ער געפארן אין צפון אפריקע לטובת דעם יישוב אין ארץ ישראל.

ווען ער האט זיך געצויגן אין ארץ ישראל האט זיין איידעם רבי יהודה מאיר שפירא איבערגענומען דאס רבנות אין שעפעטיווקע.

ער איז נפטר געווארן אין טבריה ג' סיון תקס"א.

משפחה

רבי יעקב שמשון און זיין ווייב האבן געהאט איין זון און דריי טעכטער:

תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאךרבי אברהם פון קאליסקרבי אברהם חיים פון זלאטשאוורבי אהרן הגדול פון קארליןרבי אלימלך פון ליזענסקרבי ברוך מעזשיבוזשעררבי ברוך פון קאסוברבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץרבי זאב וואלף פון זיטאמיררבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראהרבי חיים פון אמדורארבי חיים טירער פון טשערנאוויץרבי יהודה לייב פון פולנאהרבי יחיאל מיכל פון זלאטשוברבי יעקב יוסף פון אוסטראהרבי יעקב שמשון שעפעטיווקעררבי יצחק אייזיק פון קאריץרבי לוי יצחק פון בארדיטשוברבי מנחם מענדל פון וויטעבסקרבי מנחם נחום פון טשערנאבילרבי משה פון פשעווארסקרבי משה חיים אפרים פון סדילקאוורבי משולם זושא פון האניפאלירבי משולם פייוויש העלעררבי עוזיאל מייזלישרבי פנחס הורוויץרבי צבי הערש פון נאדווארנארבי שלמה גאטליברבי שלמה לוצקעררבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורגרבי שמעון שלמה פון סאוואראןרבי שניאור זלמן פון לאדי

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!