רוי:רבי ישראל האפשטיין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ישראל האפשטיין

רבי ישראל האפשטיין זצ"ל (ה'תצ"ג - י"ד תשרי ה'תקע"ה), באקאנט אלס דער קאזשניצער מגיד.

אפשטאם

רבי ישראל איז געבוירן אין אפטא, פוילן, אין יאר ה'תקמ"ט צו זיין פאטער ר' שבתי דער ספרים איינבינדער.

רבנות

רבי ישראל איז געווען א תלמיד פון נודע ביהודא, פון הרב דובעריש כ"ץ דיין אין אפטא, פון הרב שמואל שמעלקא הורוויץ רב אין ניקאלשבורג.

זיין אייניקל הרב רבי חיים מאיר יחיאל שפירא דער שרף פון מאגליניצא שרייבט אין דער הקדמה פון ספר עבודת ישראל, רבי ישראל האט געלערנט אומגעפער פופציג יאר שיעורים מיט שארפע תלמידים.

רבי ישראל איז געווען פון די תלמידים פון מעזריטשער מגיד, פון נועם אלימלך, און פון קדושת לוי.

זיין תלמיד דער דאמבראווער רב הרב מרדכי דוד אונגאר שרייבט אין זיין הסכמה אויף דעם עבודת ישראל, ער געדענקט אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט געלערנט ביים קאזשניצער מגיד זענען פונקן פייער ארויס, מיר האבן געזען ווי ער צילט צום אמת, און זיין שטרעבונג איז געווען צו פארענטפערן דעם רמב"ם.

רבי ישראל איז געווען דער מגיד אין קאזשניץ.

הסתלקות

רבי ישראל האט זיך אנגעשמועסט מיט זיינע צוויי גוטע פריינד, דער חוזה פון לובלין און דער רבי ר' מענדעלע פון רימאנאוו[1], אז שמיני עצרת ה'תקע"ה וועלען זיי איינרייסען אינאיינעם צו ברענגען משיח, אבער ליידער האט מען נישט זוכה געווען דערצו, וויבאלד רבי ישראל איז נפטר געווארן ערב סוכות י"ד תשרי ה'תקע"ה.

פאמיליע

פון רבי ישראל'ס קינדער פון זיין זיווג ראשון, מרת רויזא:

זיינע ספרים

  • עבודת ישראל - זיינע תורות עה"ת, מועדים, און פרקי אבות. דער ספר איז איינער פון די יסודות'דיגע ספרים פון חסידות.
  • אור ישראל - תקוני זהר
  • בית ישראל - על הש"ס
  • גאולת ישראל - ספר גבורות ד' פון מהר"ל
  • גבורות ישראל - הגש"פ
  • יקר מפז - עה"ת, הפטורות
  • נזר ישראל - זהר הקדוש
  • נר ישראל - שם מ"ב
  • עגונת ישראל - שו"ת
  • רמזי ישראל - ספר התמונה
  • שארית ישראל - מדרש
  • תהלות ישראל - תהלים

זעט אויך

רעפערענצן

  1. די דריי אבות החסידות פון פוילן, אין נקראין אבות אלא שלשה
  2. שם ושארית, הרב לוי גראסמאן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!