רוי:רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רבי לוי יצחק בערדיטשעווער)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער ציון פון רבי לוי יצחק אין דעם אלטן בית החיים. בילד פון מאי 2003
חתימת הרב הקדוש לוי יצחק מברדיטשוב

רבי לוי יצחק פון בערדיטשעוו (ה'ת"ק - כ"ה תשרי ה'תק"ע), רב אין בערדיטשעוו, פארפאסער פון דעם ספר קדושת לוי. באקאנט אלס סנגורן של ישראל.

אפשטאם

רבי לוי יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר ה'ת"ק צו זיין פאטער הרב מאיר, רב אין הוסאקאוו, א זון פון הרב משה פון זאמושט. און צו זיין מוטער מרת שרה סאשע

רבנות

רבי לוי יצחק איז באקאנט געווארן יונגערהייט אלס דער עילוי פון ירופלב. נאך זיין חתונה איז ער געפארן צו דעם מעזריטשער מגיד, און ביי אים ער האט געלערנט א פאר יאר.

אין די יארן ה'תקכ"א ביז ה'תקכ"ה איז ער געווען א רב אין ריטשעוואל, פון ה'תקכ"ה איז ער געווען א רב אין זשעליכאוו. אין יאר ה'תקל"א איז ער אריבער קיין פינסק,[1] דארטן איז ער געווען רב און ראש ישיבה. אין יאר ה'תקמ"ה האט ער פארלאזט פינסק צוליב רדיפות פון די דארטיגע מתנגדים און ער איז אריבער קיין בערדיטשעוו (אין אוקראינע), און איז דארט געווען רב ביז זיין פטירה.

רבי לוי יצחק איז באקאנט געווארן אלס געוואלדיגער ווארימער אין געפילישער מענטש, און מיט זיין אויסנאם ליבשאפט צו יעדען ייד, און שטענדיג האט ער געפרואווט נאר צו זעהן דער פאזיטיווער חלק און דאס גוטס ביי סיי וועלכען ייד.

הסתלקות

רבי לוי יצחק איז נפטר געווארן כ"ה תשרי ה'תק"ע און ער ליגט אין בערדיטשעוו. (ביז צום היינטיקן טאג ציט זיין ציון אידן וואס קומען זיך אויסבעטן ישועות).

פאמיליע

רבי לוי יצחק האט געהייראט מרת פערל א טאכטער פון הרב ישראל פרץ פון לאבראטאוו. זייערע קינדער:

  • הרב מאיר ( - ה'תקמ"ו) (ער איז נפטר געווארן נאך ביים פאטער'ס לעבען), פארפאסער פון ספר כתר תורה
  • הרב ישראל דערבארימדיגער ( - כ"ג אלול ה'תקע"ח), רב אין פיקאוו, נאכהער איז ער געווען ממלא מקום פון פאטער'ס ארט,[2] "לקוטי מהרי"ן ותולדות יצחק בן לוי".
  • הרב דוב בער ( - ה'תקפ"ג)
  • די ווייב פון הרב יוסף שלום בונם וואלעס, דער מחותן פון דעם מיטלן רבין פון ליובאוויטש
  • די ווייב פון הרב נתן פון קאזשעניץ.

פון זיינע תלמידים

  • רבי אהרון פון זשיטאמיר
  • רבי אברהם דוד וואהרמאן
  • רבי ישראל פון קאזשניץ
  • רבי אברהם מרדכי פון פינטשוב
  • רבי יוסף פון נעמירוב

זיינע ספרים

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. יצחק אלפסי, שנה בשנה תשס"ג.
  2. צייטונג דער איד ט תשרי תשס"ט
תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאך · רבי אברהם פון קאליסק · רבי אברהם חיים פון זלאטשאוו · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אלימלך פון ליזענסק · רבי ברוך מעזשיבוזשער · רבי ברוך פון קאסוב · רבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · רבי זאב וואלף פון זיטאמיר · רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · רבי חיים פון אמדורא · רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ · רבי יהודה לייב פון פולנאה · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער · רבי יצחק אייזיק פון קאריץ · רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי משה פון פשעווארסק · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי משולם פייוויש העלער · רבי עוזיאל מייזליש · רבי פנחס הורוויץ · רבי צבי הערש פון נאדווארנא · רבי שלמה גאטליב · רבי שלמה לוצקער · רבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · רבי שמעון שלמה פון סאוואראן · רבי שניאור זלמן פון לאדי

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!