דרעפט:רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי לוי יצחק פון בערדיטשעוו איז געבוירן געווארן אינעם יאר ת"ק (1740) אין דעם שטעטל הוסקאָוו, גאליציע. זיין פאטער ר' מאיר ב"ר משה האט געשטאמט פון זאַמאָשטש, פּוילן. ער שטאמט פון א משפּחה פון זעקס און צוואנציג דורות רבנים. ער איז געווען באקאנט אלס יאַראָסלאַווער עילוי. ער איז געווארן אַן איידעם ביים גביר ר' ישראל פּרץ אין לובאַרטאָוו. ער האט פארבראכט מערערע יארן ביים מעזעריטשער מגיד און האט דארט געלערנט חסידות. ער איז געווארן רב אין רוטשוועל, דערנאך אין זשעליכאָוו. די מתנגדים פארפאָלגן אים, ציט ער זיך ארויס קיין פּינסק און ווערט דארט רב און ראש מתיבתא.
אינעם יאר תקמ"ה ווערט ער רב און ראש מתיבתא אין בערדיטשעוו און ווערט בארימט אלס דער בערדיטשעווער רבי, און פאר א געוואלדיגן אוהב ישראל. דער קאָזשעניצער מגיד רבי ישראל איז געווען זיינער א תלמיד. ער איז דער מחבר פון דעם ספר "קדושת לוי". ער האט געהאט דריי זין. ער איז נפטר געווארן כ"ה תשרי, תק"ע.
אגב'דיגס: מען דערציילט אז זיין רבי'צן האט אים גערופן לדין פאר איר נישט גיבן גענוג אויף הוצאות. ווען דאס בית דין האט אים אויפמערקזאם געמאכט אז א מאן איז פארפליכטעט לויט דער כתובה אויסצוהאלטן דאס הויז־געזינד, האט ער געענטפערט: אמת, אבער אין דער כתובה שטייט דאך "בקושטא" מיט ערליך־פארדינט געלט, און היינטיגע צייטן איז עס זייער שווער.
מען זאגט אז אין די תנאים פון זיין אייניקל האט רבי לוי יצחק אריינגעשריבן פאלגענדן תנאי: החתונה תהיה איה"ש למזל טוב בירושלים עיר הקודש. ובאם חלילה משיח צדקנו לא יבוא בזאת השנה, תהיה החתונה בבאַרדיטשעוו, — די חתונה וועט זיין אם ירצה השם למזל טוב אין ירושלים די שטאָט פון הייליגקייט. טאמער, אבער, וועט משיח צדקנו נישט קומען אין דעם יאר, וועט די חתונה זיין אין בערדיטשעוו.
רבי לוי יצחק פון בערדיטשעוו האט אמאל באגעגענט אין גאס א יונגן מאן וועלכער איז געלאפן אָן אַן אָטעם. האט ער אים אפּגעשטעלט און אים א פרעג געטון: "וואוהין לויפסטו עס אזוי, אינגערמאן"? און דער אינגערמאן האט אים געענטפערט: "וואס הייסט וואוהין, איך לויף זוכן פּרנסה". "איז פון וואנען ווייסטו", האט דער רבי באמערקט, "אז דיין פּרנסה לויפט פאר דיר, און דו יאגסט זי נאך. אפשר איז דיין פּרנסה גאר הינטער דיר, און מיט דיין גיכן לויפן אנטלויפסטו גאר פון איר!".