רוי:ו' ניסן
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ו' ניסן איז דער זעקסטער טאג פונעם זיבעטן חודש
אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זעקסטער טאג פונעם ערשטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- קרבן פון אליסף בן דעואל, דער נשיא פון שבט גד
געשעענישן
- ה'תש"ט – די מאסן אימיגראציע פון ליביער אידנטום קיין ארץ ישראל הייבט זיך אן
- ה'תשפ"ד – איראן פירט דורך א מאסיווע אטאקע אויף מדינת ישראל
געבוירן
- ה'תרמ"ה – רבי אריה לעווין, דער "רב פון ארעסטאנטן" (נפטר ה'תשכ"ט)
- ה'תרפ"ח – רבי יוסף ליבערמאן, א חשובער פוסק, און ראש כולל פון כולל שומרי החומות (נפטר ה'תשפ"ג)
יארצייטן
- ה'שנ"ז – רבי שמואל יהודה קאצענעלענבויגן, א רב און פוסק אין איטאליע, מחבר פון "דרשות מהר"י מינץ" (געבוירן ה'רפ"א)
- ה'תק"ד – רבי חיים אבולעפיא, א רב, שד"ר און דיפלאמאט אין ארץ ישראל, פון די באנייער פונעם אידישן ישוב אין טבריה
- ה'תרע"ז – רבי יחיא צארום, א תימנ'ער רב וואס איז ארויף קיין ארץ ישראל אין דער "אעלה בתמר" עליה אין יאר ה'תרמ"א, און איז געווען אב בית דין פון דער תימנ'ער קהילה אין ירושלים
- ה'תרפ"ח – רבי מאיר דן פלאצקי, א בארימטער רב אין פוילן, מחבר פון "כלי חמדה" על התורה
- ה'תש"ז – רבי אהרן ראטה, דער גרינדער פון שומרי אמונים באוועגונג, פון וועלכע עס זענען ארויסגעקומען די חסידות'ער תולדות אהרן (וואס טראגט זיין נאמען), תולדות אברהם יצחק, און אנדערע (געבוירן ה'תרנ"ה)
- ה'תשע"ב – רבי אייזיק אוזבאנד, ראש ישיבה פון טעלזער ישיבה אין קליוולאנד, אהייא