רוי:אב בית דין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי עקיבא אייגער (אין צענטער), דער ראש בית דין פון פויזן, און די צוויי דיינים מיט אים.

דער אב בית דין (אין ראשי תיבות: אב"ד) איז דער דיין וועלכער זיצט אין שפיץ פון בית דין, און איז א טיטל וואָס ווערט געגעבן דעם העכסטן רב אין א שטאָט.

אין די תקופה פון סמיכה איז דער דיין געווען דער צווייטער אין ראנג צום נשיא. אין די תקופה פון די גאונים איז ער געווען דער צווייטער אין ראנג צום גאון.

היסטאריע

דער טיטל שטאַמט פון גאָר אלטע צייטן. לויט דער גמרא[1] איז שוין דער אב-בית-דין געווען אין די צייטן ווען עס האָט איבער די אידן געהערשט שאול המלך. עס איז שווער צו זאָגן, ווען דער דאָזיגער טיטל איז איינגעפירט געוואָרן אפיציעל ביי אידן. די משנה[2] זאָגט, אז אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש זענען אין דער שפּיץ פון סנהדרין געשטאַנען צוויי פּערזאנען, די "זוגות", -- וואָס ווערן דערמאָנט אין פּרקי אבות -- איינער פון זיי איז געווען דער "נשיא" און דער צווייטער איז געווען דער "אב בית דין".

זיכער איז, אז דער אב בית דין איז געווען איינער פון די העכסטע רעליגיעזע פירער ביי אידן אין ארץ ישראל אין דער צווייטער העלפט פון בית-שני, און אויך אין די צייטן פון משנה און פון דער גמרא.

כבוד און פונקציעס

אין דער תוספתא[3] ווערט געזאָגט, אז ווען דער אב בית דין פלעגט אריינקומען אין בית המדרש, האָבן אלע מענטשן נעבן וועלכע ער איז פארבייגעגאנגען זיך געמוזט אויפשטעלן. ווען דער אב בית דין איז נפטר געווארן, האָבן אלע זיך געמוזט קריעה-רייסן[1], און אין אלע בתי מדרשים האָט מען אויפגעהערט לערנען יענעם טאָג אלס צייכן פון טרויער[4].

דער אב בית דין פלעגט זיצן אין סנהדרין צו די רעכטע זייט פון דער נשיא[5]. ער פלעגט פעסטשטעלן ווען ראש חודש איז, און ער פלעגט הייליגן דעם ראש חודש[6]. לויט ווי פארציילט אין מדרש, איז ער אויך געשטאנען אין שפיץ פון דער באזונדערער בית דין וואס איז געשטעלט געווארן צו באשטימען איבער דעם עיבור פון א יאר[7].

לויט טייל, איז דער אב בית דין אויך אנגערופן געווארן דער "מופלא שבבית דין", און זיין אויפגאבע איז געווען אויסצולערנען די אנדערע מיטגלידער פונעם בית דין און זיי פאררעכטן ווען זיי מאכן א טעות[8].

שפעטערע תקופות

אויך נאָך די צייטן פון דער גמרא, אין דער עפּאָכע פון די גאונים, סיי אין בבל און סיי אין ארץ-ישראל, איז געווען איינער פון די פירער פון דער ישיבה וואָס האָט געטראָגן דעם טיטל אב בית דין. יעדע ישיבה האט געהאט א בית דין, און דער דיין אין שפיץ דערפון, אויך באקאנט אלס דער "דיינא דבבא", איז געווען פאררעכנט אלס סגן און ממלא מקום פון דער ראש ישיבה (דער גאון)[9].

אין די שפּעטערע צייטן אין אייראָפּע געפינען מיר אסאך רבנים באצייכנט מיט דעם טיטל "אב"ד" (וואָס איז די ראשי-תיבות פון אב בית דין) אָדער ראב"ד ("ראש (אב) בית דין" אָדער "רבינו אב בית דין").

צו ליינען מער

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!