רוי:עיבור יאר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אן עיבור יאר איז א יאר (אין דעם אידישן לוח) ווען מען לייגט צו נאך א חודש אדער (אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר) ווען מען לייגט צו נאך א טאג. דער צווען פון צולייגן א חודש אדער א טאג צום יאר איז צוצופאסן דעם קאלענדאר יאר מיטן אסטראנאמישן יאר.

ס'איז דא נאך קאלענדארן וואס האבן אן עיבור יאר (אבער נישט אלע, למשל דער מוסולמענישער קאלענדאר האט נישט קיין עיבור יאר.

עיבור יארן אין אידישן לוח

מוסטער:אדר א' תשס"ח

<< >> אדר ב'

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א
ב ג ד ה ו ז ח
ט י יא יב יג יד טו
טז יז יח יט כ כא כב
כג כד כה כו כז כח כט

לוח לשנת ה'תשס"ח

אנווייז: יו"ט תענית

אין דעם אידישן לוח לייגט מען צו אין אן עיבור יאר נאך א חודש צווישן שבט און אדר; דעם צוגעלייגטן חודש רופט מען אדר און דעם געוויינליכן אדר רופט מען ואדר. היינט איז מען מער געוויינט צו רופן דעם צוגעלייגטן חודש אדר ראשון אדער אין שריפט אדר א' (טייטש "ערשטער אדר") און דעם געוויינליכן אדר רופט מען אדר שני אדער אין שריפט אדר ב' (טייטש "צווייטער אדר").

א זון יאר האט בערך 365 טעג און א פערטל טאג (מער גענוי: 365.2422), אבער א לבנה יאר (12 מאל וואס די לבנה גייט ארום דער ערד) האט נאר 354 טעג און א דריטל (מער גענוי: 354.3747 טעג). חז"ל דרשענען דעם פסוק "שמור את חודש האביב ועשית פסח לה' " אז מען דארף היטן חודש ניסן צו געפאלן אין אביב, דערפאר האבן זיי קובע געווען צו מאכן אן עיבור יאר יעדע פאר יאר..

בכדי די לוח פון דער לבנה זאל זיך צופאסן צום זון קאלענדאר מאכט זיבן עיבור יאר יעדע 19 יאר. ביז בערך די ד'ק' יארן פלעג מען מעבר זיין די יארן אין דעם בית דין פון דעם נשיא,[1] אבער היינט איז דא א סדר וואס רופט זיך "מחזור קטן". דאס הייסט, אין א מחזור פון 19 יאר זענען דאס 3טע, 6טע, 8טע, 11טע, 14טע, 17טע און 19טע יארן עיבור יארן, און אלע אנדער זענען פשוטע יארן.

עיבור יארן אין די יוליאנישן און גרעגאריאנישן קאלענדארן

דער יוליאנישער קאלענדאר האט איין עיבור יאר (ווען פעברואר האט 29 טעג, אקעגן 28 אין א פשוטן יאר) יעדע פיר יאר; דאס איז צוגעפאסט צום חשבון אז א יאר האט 365 טעג און א פערטל טאג. דער גרעגאריאנישער קאלענדאר האט דאס פאראכטן, און האט 97 עיבור יארן אין 400 יאר.

עיבור יארן אין רוימישן קאלענדאר

דער אלטער רוימישע קאלענדאר האט געהאט נאר 11 מאנאטן—דער לעצטער מאנאט איז געווען יאנואר. אפיציעל האט מען צוגעלייגט א פעברואר פון 20 טעג יעדע אנדערע יאר.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!