ב' אדר
דאטום אין אידישן לוח
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ו איז נאר פארהאן איין חודש אדר, און דעריבער איז נישט דא קיין ל' אדר א'
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
ב' אדר איז דער צווייטער טאג פונעם זעקסטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צווייטער טאג פונעם צוועלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
געשעענישן
- ד'שי"ג – דער ביזאנטישער קייסער יוסטיניאן האט באפוילן צו ליינען בציבור אום שבת אינדערפרי דער גריכישער איבערזעצונג צו דער וואך-סדרה און האט פארבאטן רבנים צו געבן דרשות אויף די סדרה.
- ה'תמ"ב – אנטי־אידישע אומרוען אין קראקא.
- ה'תר"כ – געגרינדעט די כל ישראל חברים ("אליאנס") ארגאניזאציע אין פראנקרייך
- ה'תש"א – חורבן אייראפע: ווערט פארטיליגט די אידישע קהילה אין פלאצק
- ה'תש"ב – די נאציס האבן קאנפיסקירט אלע ספרים און ספרי תורה פון קאוונער געטא.
- ה'תש"כ – הונדערטער אידן זענען געווען צווישן די טויזנטער קרבנות וואס זענען אומגעקומען אין א שווערער ערדציטערניש וואס האט געטראפן אין אגאדיר, מאראקא (העב').
- ה'תש"ל (אדר ב') – כנסת ביל וואס דעפינירט א איד אלס איינער וואס איז געבוירן געווארן פון א אידישע מאמע אדער איינער וואס האט זיך מגייר געווען.
- ה'תשל"ח (אדר ב') – א טעראר אטאקע אויף א באס אויף די כביש החוף גאס אין חיפה ברענגט אום 35
- ה'תשמ"ו (אדר א') – דער מענטשן רעכט אקטיוויסט נתן שאראנסקי קומט אן קיין ארץ ישראל, נאך ניין יאר אין סאוויעטישן טורמע
געבוירן
- ה'תש"ד – ראנאלד לאודער, אידיש-אמעריקאנער ביזנעסמאן
- ה'תשכ"ב (אדר א') – שולי ראנד, א זינגער און אקטיאר
יארצייטן
- ה'שפ"ד – רבי מאיר פאפירש, א מקובל און פארשפרייטער פון דער אר"י'ס תורה
- ה'תקס"ב (אדר א') – רבי יום טוב אלגאזי, דער מחבר פון "שמחת יום טוב", ראשון לציון, שד"ר, און ראש ישיבת המקובלים בית אל
- ה'תקע"ג (אדר א') – רבי אהרן אריה לייב פון פרימישלאן, דער טאטע פון רבי מאיר'ל פרימישלאנער, א תלמיד פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב און רבי אלימלך פון ליזענסק (געבוירן ה'ת"ק)
- ה'תקצ"ד – רבי יוסף מרדכי כהנא, רב פון סיגוט
- ה'תרי"א (אדר ב') – רבי בנימין וואלף לעוו, רב און ראש ישיבה פון שטאט ווערבוי, באקאנט מיט זיין סעריע ספרים "שערי תורה"
- ה'תש"א – רבי יעקב יחזקיהו גרינוואלד, דער רב פון פאפא, מחבר פון "ויגד יעקב"
- ה'תשכ"ד – רבי אברהם קאלמאנאוויטש, ראש ישיבה פון דער מירער ישיבה אין ברוקלין
- ה'תשל"ז – רבי ישראל אלטער פון גער, דער "בית ישראל"
- ה'תשל"ט – רבי משה שוואב, משגיח אין דער געיטסהעדער ישיבה, ענגלאנד
- ה'תשמ"א – רבי יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק פון בריסק-ירושלים
- ה'תשע"ה – רבי לוי ראבינאוויטש, חרד'ישער רב אין ירושלים, מחבר פון די סעריע ספרים "מעדני השולחן"