רוי:רבי יום טוב אלגאזי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יום טוב אלגאזי
מדינה Flag of Israel.svg מדינת ישראל
מציבהה פון מהרי"ט אלגאזי יידישע בית עולם פון הר הזיתים

הרב יום טוב ב"ר יעקב אלגאזי (ה'תפ"ז (1727), איזמיר - ה'תקס"ב (1802), ירושלים) איז דער בארימטער גאון פון ירושלים, א ראשון לציון, אויך באקאנט אלס דער מהרי"ט אלגאזי. ער איז געווען ראש ישיבה פון דער מקובלים ישיבה.

ביאגראפיע

יום טוב איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב ישראל יעקב אלגאזי. יונגערהייט איז ער ארויף קיין ירושלים מיט זיין פאטער, וואס האט געדינט דארט ווי רב און ראשון לציון. ער האט געלערנט תורה ביי זיין פאטער, ווי אויך אין דער ישיבה בית יעקב פירארה ביי רבי יונה נבון און אין ישיבת בית אל פון די מקובלים ביי רבי שלום שרעבי וואס איז געווען דער גדול פון די מקובלים.

ר' יום טוב איז געווען א חבר פונעם חיד"א, וואס איז געווען עלטער פון אים מיט דריי יאר. עס איז דא עטליכע פסקים און כתבי התקשרות ווי זיי זענען צוזאמען אינטערגעשריבן אין די יארן פון ה'תקי"דה'תקי"ט. זיי זענען צוזאמען אויף געצויגן געווארן אין ירושלים, צוזאמען געלערנט אין די בתי ישיבות, און אין די שפעטערע יארן ווען זיי האבן זיך געטראפן האבן זיי זיך זייער געפרייט איינער צום אנדערן ווען מען האט זיך דערמאנט די גוטע יונגע יארן צוזאמען (מעגל טוב עמוד 69, קונטרס המסעות להחיד"א, חיים שאל ח"ב סי' ל"ט).

ער איז ארויס געפארן אין יאר ה'תקכ"ד צוזאמען מיטן חיד"א קיין קושטא. צו די פירערס פון די געלטער פון ארץ ישראל. אויך שפעטערע יארן ה'תק"ל — ה'תקל"ה איז ער געפארן אין אייראפע, אין פראנקרייך, האלאנד, דייטשלאנד, פוילן, איטאליע און איזמיר נאך געלט פאר פאר ארימעלייט פון ארץ ישראל.

זיין באקאנטער ספר וואס אנטהאלט גרויס לומדות איז דער הלכות יום טוב פון מהרי"ט אלגאזי אויף הלכות בכורות און חלה פונעם רמב"ן.

אין יאר ה'תקנ"ה איז ער אויך געווען אין אייראפע פאר זיך נאך געלד, אין תשובות חת"ם סופר שטייט ווי ער האט גערעדט אין לערנען מיט רבי משה סופר, דער חת"ם סופר.

אין די יארן ה'תק"ל - ה'תקל"ה (1770-1775) איז ער געגאנגען מיט רבי יעקב חזן אלס שד"ר בשליחות פון דער שטאט ירושלים. די שליחות האט געדויערט זעקס יאר.

ביי זייער שליחות האבו זיי געטראפן א כתב יד פונעם רמב"ן אויף הלכות בכורות, נדרים און חלה. רבי יום טוב האט געשריבן א חיבור "הלכות יום טוב" באזירט אויף די ספרים פונעם רמב"ן. דערצו האבן זיי געטראפן כתבי ידות פון דעם ספר "יד רמה" פונעם רמ"ה אויף בבא בתרא.

רבי יום טוב אלגאזי איז נפטר געווארן ב' אדר א' ה'תקס"ב (1802), און מען האט אים באערדיגט אין הר הזיתים, לעבן די קברים פון זיין פאטער און דעם רש"ש.

רבנות

ער איז געווען א דיין אינעם בית דין פון ירושלים, און א פירער פון דער ספרד'ישער קהילה דארט. אין יאר ה'תקל"ג איז ער געווארן ראשון לציון.

ווען דער גרויסער מקובל דער רש"ש איז נפטר געווארן אין יאר ה'תקמ"ב איז ער געווארן דער ראש ישיבת המקובלים אויף זיין פלאץ.

אין ה'תקל"ו, נאך דער פטירה פון רבי שלום שרעבי, האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון ישיבת המקובלים בית אל, ביז זיין פטירה אין ה'תקס"ב. אין ה'תקמ"ב (1782) האט מען אים באשטימט רב פון ירושלים און ראשון לציון.

משפחה

רבי יום האט געהאט איין זון:

  • רבי יעקב, איינער פון די פירער פון דער אידישער קהילה אין חברון. (אין ה'תקנ"ז האבן די אראבער אים געפאנגען וועגן א חוב פון דער חברונער קהילה; רבי יום טוב האט געארבעט שווער צו באפרייען אים.)

די איידעמעס פון רבי יום טוב זענען געווען:

זיינע ספרים

  • "הלכות יום טוב" - פירוש אויף הלכות בכורות וחלה פונעם רמב"ן. געדריקט צוזאמען מיטן רי"ף, געווענליך אין די ש"ס גמרא'ס, זייט ה'תקצ"ו, אן דעם נאמען פונעם מחבר נאר אונטערן נאמען "רי"ט אלגאזי". דער נאמען "הלכות יום טוב" איז געדרוקט אין דער ערשטער אויסגאבע, ליווארנא ה'תקנ"ד
  • "שמחת יום טוב" - ספר פון שאלות ותשובות. חלק א' חלק ב'
  • "קדושת יום טוב" - שאלות תשובות און חידושים
  • "יום טוב דרבנן" - ספר דרושים
  • "פירוש מהרי"ט", פירוש אויף דער תורה, געדרוקט אין מקראות גדולות חומשים

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!