אליסף בן דעואל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אליסף בן דעואל
געבורט מצרים
תקופה יציאת מצרים, דור המדבר
בתנ"ך במדבר א, יד; ב, יד; ז, מב; י, כ

אֶלְיָסָף בֶּן דְעוּאֵל (אדער: רְעוּאֵל[1]) איז געווען דער נשיא פון שבט גד, אין די צייט פון נאך יציאת מצרים.

לעבן און שאפן

ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט אליסף בן דעואל צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[2]. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[3], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[4].

לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[5]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[6].

דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט אליסף געפירט זיין שבט דער דריטער, נאך שלומיאל בן צורישדי, אונטער'ן "דגל מחנה ראובן"[7]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט נישט אינגאנצן שווארץ און נישט אינגאנצן ווייס נאר ביידע געמישט, און א לאגער געצייכנט דערויף[8].

אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[9]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.

קרבנות הנשיאים

ביי די קרבנות הנשיאים, האט אליסף בן דעואל מקריב געווען זיין קרבן אום ו' ניסן פון צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט). ער איז געווען דער זעקסטער אין די רייע צו מקריב זיין, נאך שלומיאל בן צורישדי פון שבט שמעון, לויט דער סדר ווי די שבטים האבן גערוט ארום דעם משכן און ווי זיי האבן זיך געצויגן ביי די מסעות[10]. נאך א טעם שטייט אין מדרש אויף דעם וואס ער האט מקריב געווען גלייך נאך דער נשיא פון שבט שמעון, ווייל שמעון איז ארויס אין מלחמה מיט שכם ביי די מעשה מיט דינה, און שבט גד האט זיך אנגעטראגן צו גיין פאראויס און האלטן מלחמה ביים אייננעמען ארץ ישראל[11].

דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון אליסף האבן מרמז געווען קעגן יציאת מצרים, אנגעהויבן פון ווען יעקב אבינו איז אראפ קיין מצרים[11].

זיין נאמען

אין מדרש שטייט אז זיין נאמען גייט ארויף אויפ'ן מזבח וואס בני ראובן און בני גָד און אַ האַלבן שבט מנשה פון עבר הירדן האבן דארט אויפגעשטעלט, וואָס יהושע בן נון און דאָס פאָלק האבן חושד געווען אז זיי האבן דאס געבויט פאַר עבודה זרה[12], אבער אל-יסף, זיי האבן גאָרנישט צוגעלייגט צו דער תורה, בן דעו אל, נאר געבויט דעם מזבח אלס עדות[13].

אין אור החיים ווערט ערקלערט אז עס איז מרמז אויף דעם וואס זיי האבן זיך פארזאמלט און אנגעקומען צו זייער נחלה פריער ווי די אנדערע שבטים, און השי"ת האט מיט זיי מסכים געווען צוצולייגן אויך עבר הירדן צו די מתנה פון ארץ ישראל[14].

זיין טאטע ווערט אנגערופן אמאל דעואל[15], און צומאל רעואל[16]. טייל ראשונים ערקלערן אז אותיות ד און ר קענען זיך אויפטוישן[17]. אן אנדערן הסבר דערצו שטייט אין רמב"ן, אז דאס זענען צוויי נעמען מיט'ן זעלבן באדייט: ”נקרא דעואל, שידע את הא-ל, רעואל, ששם רעיון לבו בא-ל. והיו קוראים האיש ההוא בשני שמות, ולכך תזכרנו התורה בשניהם”[18]. לויט איין ערקלערונג האט מען אים גערופן 'רעואל' ווען ער איז ארויף א מדריגה[19].

רעפערענצן

  1. במדבר ב, יד.
  2. במדבר א, טז
  3. מלבי"ם, במדבר א, טז
  4. רש"י, במדבר א, טז
  5. ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
  6. רבי יהונתן אייבשיץ, תפארת יהונתן, יאזעפאף תרל"ג
  7. במדבר י, כ
  8. במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
  9. במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא באבער קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
  10. ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשט"ו; רבינו בחיי, במדבר ב, ב
  11. 11.0 11.1 במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה כ'
  12. ווי דערציילט אין דעם יהושע כב.
  13. מדרש אגדה (באבער) במדבר א, יד
  14. אור החיים, במדבר ז, מב
  15. ווי צום ביישפיל ביי די קרבנות הנשיאים
  16. ווי צום ביישפיל אין במדבר ב, יד
  17. בעלי התוס', "במדבר, א, יד", מושב זקנים, לאנדאן תשי"ט; רד"ק, יחזקאל י, יד
  18. רמב"ן, במדבר ב, יד. ענליך שטייט אויך אין רבינו בחיי, במדבר ב, יד, אז די ביידע נעמען זענען איין ענין
  19. אמרי נועם אויף בראשית ל, יא. זעט אויך רבי חיים פלטיאל אויף במדבר ב, יד און חומת אנך דארט