זשה יאר
א זשה יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א זשה יאר הייבט זיך אין שבת (ז), איז שלימה (ש) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן דאנערשטאג (ה). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 385 טעג, וואס אין זיי 55 שבתים.
א זשה יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון אן עיבור יאר פאלט אויס צווישן פרייטאג, 20 שעה און 491 חלקים אין טאג, און שבת, 18 שעה אין טאג[1], וואס באטרעפט ארום 4.72% פון אלע יארן[2].
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תשל"ו, ה'תש"ס, ה'תשס"ג, ה'תשפ"ז, ה'תתי"ד, ה'תתמ"א.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א זשה יאר איז פארהאן צוויי מאל א שבת ראש חודש (ראש השנה נישט אריינגערעכנט): ראש חודש שבט איז שבת, און ראש חודש אייר איז פרייטאג און שבת.
- חנוכה געפאלט פון שבת (פרייטאג צונאכטס) ביז שבת, מיט א דאפלטע שבת חנוכה.
- ט"ו בשבט געפאלט שבת.
- פורים געפאלט דינסטאג (שושן פורים מיטוואך).
- ל"ג בעומר געפאלט דינסטאג.
- שבועות געפאלט פרייטאג (אויך שבת אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה געפאלט מאנטאג, עשרה בטבת געפאלט זונטאג, תענית אסתר געפאלט מאנטאג, תענית בכורים געפאלט מיטוואך, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע דאנערשטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א זשה יאר זענען פארהאן 55 שבתים, וואס אין דריי אדער פיר פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת ראש השנה, דער ערשטער שבת פון סוכות[א] און שבת חול המועד פסח, און אין חוץ לארץ אויך דער צווייטער טאג שבועות. אויסצוגלייכן דעם צאל פון די פרשיות (54) מיט דעם צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (52 אין ארץ ישראל), ווערן צאמגעשטעלט די פרשיות מטות-מסעי און נצבים-וילך. אין חוץ לארץ ווערט אויך צאמגעשטעלט חקת-בלק.
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת בראשית - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
- פרשת וישב - ליינט מען די הפטורה פון די ערשטע שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת מקץ - ליינט מען די הפטורה פון די צווייטע שבת חנוכה, "ויעש חירם"
- פרשת וארא, שבת ראש חודש שבט - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת משפטים - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
- פרשת ויקהל - ליינט מען די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת פקודי - די אשכנזים אין ארץ ישראל פירן זיך צו ליינען סיי די הפטורה פון ויקהל און סיי פון פקודי[3]
- פרשת ויקרא - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת צו - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת שמיני - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת מצורע - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול
- פרשת קדושים - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת במדבר - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
דאס איז די איינציגסטע סארט יאר אין וועלכע די הפטורה פון מחר חודש ווערט געזאגט דריי מאל.
צו ליינען מער
- מרדכי גנוט, "על קביעותה הנדירה של שנת ה'תש"ס (זש"ה)", לוח דבר בעתו - ה'תש"ס, אויף היברובוקס
- יוסף עופר, שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות, אין: סיני קכא, תשנ"ח, עמ' רי-רכד.
- רבי דוד הלוי העבער, "בענין הפטרות שאינם מצויות", שערי זמנים, סימן כ"א, אויף היברובוקס
- אברהם שלמה סאלאמאן, "הפטרת פרשת ויקהל ופרשת פקודי בשנה מעוברת", ירושתנו - ב, מכון מורשת אשכנז, אויף היברובוקס
נאטיצן
- ↑ אין צווייטן שבת פון סוכות, שמיני עצרת, ליינט מען פרשת וזאת הברכה אין ארץ ישראל. אויך אין חוץ לארץ גלייכט זיך אויס דער חשבון ווען מען ליינט עס א טאג שפעטער.
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
- ↑ לויט לוח לארץ ישראל. לויט דברי קהלת זאגט מען בלויז די הפטורה פון פרשת פקודי, ווייל די הפטורה פון ויקהל איז שוין געזאגט געווארן אין צווייטן שבת פון חנוכה.
קביעות פון יארן אינעם לוח | |
---|---|
|