פרשת תרומה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg תרומה Arrow l.svg
פסוקים שמות כה, א - כז, יט
צאל פסוקים 96 (38'סטע)
צאל ווערטער 1145 (45'סטע)
צאל אותיות 4692 (40'סטע)
אינהאלט דער באשעפער באפעלט אויפבויען דעם משכן, אנווייזונגען וויאזוי צו פאבריצירן די כלי המשכן
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (2)  לא תעשה (1)
בנין בית המקדש, סידור לחם הפנים הסרת בדי הארון
הפטורה
מלכים א' ה, כוו, יג
רעפליקע פון די כלי המקדש

פרשת תְּרוּמָה איז די זיבעטע פרשה אין ספר שמות, און די ניינצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"ה, פסוק א', ביז קאַפּיטל כ"ז, פסוק י"ט, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 96 פסוקים און ניין פרשיות - דריי פתוחות און זעקס סתומות.

די פרשה ענטהאלט די פונקטליכע אנווייזונגען וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר משה רבינו איבער דער בוי-ארבעט פונעם משכן און זיינע כלים, און הייבט זיך אן מיטן באפעל צו נעמען פון כלל ישראל א "תרומה" (אין אידיש: אן אפשיידונג) פאר דעם צוועק.

פרשת תרומה ווערט געליינט צווישן די דאטומען א' אדר און ח' אדר (אין אן עיבור יאר, אדר א'), און איז די זיבעטע פון די שובבי"ם ת"ת וואכן אין אן עיבור יאר.

פרשה אינהאלט

דער משכן און זיינע כלים. אילוסטראציע

די פרשה באציט זיך צו איין טעמע: דער באפעל פונעם באשעפער פאר משה רבינו אז מ'זאל בויען דעם משכן און זיינע כלים. אין אנהייב הייסט אים דער באשעפער אנצוזאגן די אידן זיי זאלן ביישטייערן א "תרומה" פארן אייבערשטן, אנווייזנדיג דערביי די גענויע מאטעריאלן וואס זיי זאלן אפשיידן: גאלד, זילבער, קופער, שטאפן פון עטליכע סארטן און פארבן, געוויסע סארטן לעדער, טענענהאלץ, דיאמאנט שטיינער, אויל און פארשידענע בשמים. דערנאך פארברייטערט דער פסוק איבער יעדער פון די כלי המשכן באזונדער, פונקטליך וואס און וויאזוי מ'זאל עס בויען, אויפן פאלגנדן סדר:

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[1] זענען פארהאן דריי מצוות אין דער פרשה:

די מצוות מקור די מצוה איז אקטועל היינטיגע צייטן די וואס זענען באפוילן
בויען א בית המקדש וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ (כה, ח) ניין דער גאנצער ציבור (נישט דער יחיד)
נישט ארויסנעמען די שטאנגען פון די רינגען פונעם ארון בְּטַבְּעֹת הָאָרֹן יִהְיוּ הַבַּדִּים לֹא יָסֻרוּ מִמֶּנּוּ (כה, טו) ניין
אנגרייטן אויפן שולחן לחם הפנים און לבונה וְנָתַתָּ עַל הַשֻּׁלְחָן לֶחֶם פָּנִים לְפָנַי תָּמִיד (כה, ל) ניין כהנים-מענער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין צען אנדערע דאטומען, ווי פאלגנד:

הפטורה

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת תרומה", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. ספר החינוך, מצוות צהצז.
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער