פרשת משפטים
פרשת מִשְׁפָּטִים איז די זעקסטע סדרה פון ספר שמות, און די אכצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"א, פסוק א' ביז קאַפּיטל כ"ד, פסוק י"ח, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 118 פסוקים, און 33 פרשיות - זעקס פתוחות און 27 סתומות.
אין מערהייט פרשה ווערט אויסגערעכנט אסאך מצוות און דינים, בעיקר וואס האט מיט דיני ממונות. אין סוף פרשה ווערט דערציילט איבער דער בונד פון די אידן מיטן באשעפער, און דאס ארויפגיין פון משה צום בארג סיני.
פרשת משפטים ווערט געליינט צווישן כ"ד שבט און א' אדר, און איז די זעקסטע פון די שובבי"ם וואכן, און די לעצטע אין פשוט'ע יארן. אין רוב פון די פשוט'ע יארן (אויסער אין השא יארן) געפאלט דאס א שבת בעפאר ראש חודש אדר, וואס דאן ליינט מען מפטיר די ערשטע פרשה פון די "ארבע פרשיות" - פרשת שקלים.
ביי די ספרדים איז געווען איינגעפירט אין טייל עיבור יארן (השג און החא יארן) צו צעטיילן משפטים אויף צוויי - "משפטים" און "אם כסף תלוה" (כב, כד)[א], און אזוי האבן זיך געפירט די אידן אין טוניזיע ביז שפעטערע יארן[9].
פרשה אינהאלט
געזעצן
נאך דער מעמד הר סיני, ווען ס'זענען געגעבן געווארן פאר כלל ישראל די עשרת הדברות, געבט דער באשעפער פאר כלל ישראל דורך משה רבינו נאך א לאנגע ליסטע פון מצוות און דינים[10]. דאס מערהייט פון די מצוות זענען איבער די געזעצן וואס זענען נוגע צווישן איין מענטש און אנדערן, צווישן זיי ווי פאלגנד:
- דיני עבד עברי און אמה עבריה.
- שטראף אדער פארגיטיגונג פאר הרג'ענען אדער שעדיגן א צווייטן.
- דינים איבער זיין פארמעגן וואס האט געשעדיגט (ארבעה אבות נזיקין): זיין אקס וואס האט געשטויסן אדער געגעסן, זיין גרוב אדער פייער וואס האט געשעדיגט.
- דיני גנב, גזלן, און דער דין פון הבא במחתרת.
- דיני שומרים.
- דער דין פון א מפתה.
- איסור צו פייניגן אן אלמנה און יתום, און פאפן א גר.
- דיני הלוואה - איסור ריבית און די מצוה צוריקצוגעבן א משכון.
- איסור צו פארדרייען א משפט, עדות שקר און נעמען שוחד.
- מצוה פון השבת אבידה און פריקה וטעינה.
ביי די ענדע פון די רשימה ווערן אויסגערעכנט אויך אנדערע מצוות, וועלכע גייען אן בין אדם למקום:
- מקריב זיין דער בכור פון א טהור'ע בהמה, איסור פון טריפה און פון בשר בחלב.
- די מצוות פון שבת, שמיטה און די שלש רגלים.
- אנווייזונגען פאר די אריינגאנג אין ארץ ישראל - א צוזאג פון הימלישע הילף, און אַ ווארענונג נישט צו נאָכפאָלגן די עבודה זרה פון די פעלקער וואס וואוינען יעצט אין דעם לאַנד.
דער בונד
נאך וואס משה רבינו האט איבער געגעבן פאר די אידן די אלע מצוות[11], איז געווארן געשניטן א בונד צווישן די אידן מיט דער באשעפער. דערנאך האט משה געבויט א מזבח צופוסנס פון בארג סיני, וואו ער האט מקריב געווען קרבנות צוזאמען מיט אהרן און די זקנים, און אויפגעשטעלט צוועלף מציבות.
משה רבינו האט דאן געשריבן און פארגעליינט פאר די אידן דעם 'ספר הברית' - ספר בראשית און האלב פון ספר שמות[12], אדער פרשת משפטים[13], אדער די פרשיות בהר און בחוקותי[14] - אויף וואס די אידן האבן געענטפערט "נעשה ונשמע"[15].
דערנאך איז משה רבינו ארויף דעם בארג סיני באקומען די לוחות הברית, און האלט זיך אויף דארט פערציג טעג און פערציג נעכט.
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[16] איז פארהאן 53 מצוות אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינטיגע צייטן | באפוילענע |
---|---|---|---|
דינים פון עבד עברי | כִּי תִקְנֶה עֶבֶד עִבְרִי וגו' (כא, ב) | ניין | מענער |
יעוד פון אן אמה עבריה | אִם רָעָה בְּעֵינֵי אֲדֹנֶיהָ אֲשֶׁר לא [לוֹ] יְעָדָהּ וְהֶפְדָּהּ (כא, ח) | ניין | דער קויפער פון אן אמה עבריה |
אויסלייזן אן אמה עבריה | וְהֶפְדָּהּ (כא, ח) | ניין | דער קויפער פון אן אמה עבריה |
נישט פארקויפן די אמה עבריה פאר א צווייטן | לְעַם נָכְרִי לֹא יִמְשֹׁל לְמָכְרָהּ בְּבִגְדוֹ בָהּ (כא, ח) | ניין | דער קויפער פון אן אמה עבריה |
נישט פארמינערן שאר כסות ועונה | שְׁאֵרָהּ כְּסוּתָהּ וְעֹנָתָהּ לֹא יִגְרָע (כא, י) | יא | מענער |
מיתת חנק | מַכֵּה אִישׁ וָמֵת מוֹת יוּמָת (כא, יב) | ניין | בית דין |
נישט שלאגן עלטערן | וּמַכֵּה אָבִיו וְאִמּוֹ מוֹת יוּמָת (כא, טו) | יא | יעדער |
דיני קנסות | וְכִי יְרִיבֻן אֲנָשִׁים וגו' (כא, יח) | יא | בית דין סמוכין |
מיתת הרג | נָקֹם יִנָּקֵם (כא, כ) | ניין | בית דין |
דיני קרן | וְכִי יִגַּח שׁוֹר וגו' (כא, כח) | יא | בית דין |
נישט עסן פון שור הנסקל | סָקוֹל יִסָּקֵל הַשּׁוֹר וְלֹא יֵאָכֵל אֶת בְּשָׂרוֹ (כא, כח) | יא | יעדער |
דיני בור | וְכִי יִפְתַּח אִישׁ בּוֹר וגו' (כא, לג) | יא | בית דין |
דיני גנב | כִּי יִגְנֹב אִישׁ וגו' (כא, לז) | יא | בית דין |
דיני שן ורגל | כִּי יַבְעֶר אִישׁ וגו' (כב, ד) | יא | בית דין |
דיני אש | שַׁלֵּם יְשַׁלֵּם הַמַּבְעִר אֶת הַבְּעֵרָה (כב, ה) | יא | בית דין |
דיני שומר חינם | כִּי יִתֵּן אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ כֶּסֶף אוֹ כֵלִים לִשְׁמֹר וגו' (כב, ו) | יא | בית דין |
דיני טוען ונטען | אֲשֶׁר יֹאמַר כִּי הוּא זֶה (כב, ח) | יא | בית דין |
דינים פון שומר שכר און שוכר | כִּי יִתֵּן אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ חֲמוֹר אוֹ שׁוֹר וגו' (כב, ט) | יא | בית דין |
דיני שואל | וְכִי יִשְׁאַל אִישׁ מֵעִם רֵעֵהוּ וגו' (כב, יג) | יא | בית דין |
דיני מפתה | וְכִי יְפַתֶּה אִישׁ בְּתוּלָה וגו' (כב, טו) | יא | בית דין סמוכין |
נישט לאזן לעבן א מכשפה | מְכַשֵּׁפָה לֹא תְחַיֶּה (כב, יז) | ניין | בית דין סמוכין |
איסור אויף טשעפען א גר | וְגֵר לֹא תוֹנֶה (כב, כ) | יא | יעדער |
איסור אויף באשווינדלען א גר | וְלֹא תִלְחָצֶנּוּ (כב, כ) | יא | יעדער |
איסור אויף פייניגן א יתום אדער אלמנה | כָּל אַלְמָנָה וְיָתוֹם לֹא תְעַנּוּן (כב, כא) | יא | יעדער |
בארגן פאר אן ארימאן | אִם כֶּסֶף תַּלְוֶה (כב, כד) | יא | יעדער |
לא תהיה לו כנושה | לֹא תִהְיֶה לוֹ כְּנֹשֶׁה (כב, כד) | יא | יעדער |
נישט האבן שייכות מיט א ריבית פארבארג (אלס ערב, עד, סופר) | לֹא תְשִׂימוּן עָלָיו נֶשֶׁךְ (כב, כד) | יא | יעדער |
נישט שעלטן א דיין | אֱלֹהִים לֹא תְקַלֵּל (כב, כז) | יא | יעדער |
ברכת השם | אֱלֹקִים לֹא תְקַלֵּל (כב, כז) | יא | יעדער |
נישט שעלטן א נשיא | וְנָשִׂיא בְעַמְּךָ לֹא תָאֹר (כב, כז) | יא | יעדער |
נישט טוישן דעם סדר פון תרומות ומעשרות | מְלֵאָתְךָ וְדִמְעֲךָ לֹא תְאַחֵר (כב, כח) | ניין | יעדער |
נישט עסן טריפה | וּבָשָׂר בַּשָּׂדֶה טְרֵפָה לֹא תֹאכֵלוּ (כב, ל) | יא | יעדער |
נישט הערן טענות פון איין בעל דין אן דעם צווייטן | לֹא תִשָּׂא שֵׁמַע שָׁוְא (כג, א) | יא | בית דין |
נישט אננעמען עדות פון פסולי עדות | אַל תָּשֶׁת יָדְךָ עִם רָשָׁע לִהְיֹת עֵד חָמָס (כג, א) | יא | בית דין |
נישט גיין נאך מערהייט פון איין ביי דיני נפשות | לֹא תִהְיֶה אַחֲרֵי רַבִּים לְרָעֹת (כג, ב) | ניין | בית דין |
נישט מלמד זיין חובה נאך זכות ביי דיני נפשות | וְלֹא תַעֲנֶה עַל רִב לִנְטֹת (כג, ב) | ניין | בית דין |
גיין נאך רוב | אַחֲרֵי רַבִּים לְהַטֹּת (כג, ב) | יא | יעדער |
נישט נייגן דעם דין לטובת אן ארימאן | וְדָל לֹא תֶהְדַּר בְּרִיבוֹ (כג, ג) | יא | בית דין |
פריקה | עָזֹב תַּעֲזֹב עִמּוֹ (כג, ה) | יא | יעדער |
נישט נייגן דעם דין קעגן א רשע | לֹא תַטֶּה מִשְׁפַּט אֶבְיֹנְךָ בְּרִיבוֹ (כג, ו) | יא | בית דין |
נישט פסק'ענען דיני נפשות לויט אומדנא | וְנָקִי וְצַדִּיק אַל תַּהֲרֹג (כג, ז) | ניין | בית דין |
נישט נעמען שוחד | וְשֹׁחַד לֹא תִקָּח (כג, ח) | יא | בית דין |
שמיטת קרקעות | וְהַשְּׁבִיעִת תִּשְׁמְטֶנָּה וּנְטַשְׁתָּהּ (כג, יא) | ניין (מה"ת)[17] | יעדער |
רוען פון מלאכה אין שבת | וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי תִּשְׁבֹּת (כג, יב) | יא | יעדער |
נישט שווערן אין נאמען פון עבודה זרה | וְשֵׁם אֱלֹהִים אֲחֵרִים לֹא תַזְכִּירוּ (כג, יג) | יא | יעדער |
נישט צורעדן צו דינען עבודה זרה | לֹא יִשָּׁמַע עַל פִּיךָ (כג, יג) | יא | יעדער |
שלמי חגיגה | שָׁלֹשׁ רְגָלִים תָּחֹג לִי בַּשָּׁנָה (כג, יד) | ניין | מענער |
נישט שחט'ן דעם קרבן פסח ווען חמץ איז נאך אין שטוב | לֹא תִזְבַּח עַל חָמֵץ דַּם זִבְחִי (כג, יח) | ניין | יעדער |
נישט איבערנעכטיגן די אימורים פון קרבן פסח | וְלֹא יָלִין חֵלֶב חַגִּי עַד בֹּקֶר (כג, יח) | ניין | מענער כהנים |
ברענגען ביכורים | רֵאשִׁית בִּכּוּרֵי אַדְמָתְךָ תָּבִיא (כג, יט) | ניין | מענער |
נישט קאכן בשר בחלב | לֹא תְבַשֵּׁל גְּדִי בַּחֲלֵב אִמּוֹ (כג, יט) | יא | יעדער |
נישט שניידן א בונד מיט עובדי עבודה זרה | לֹא תִכְרֹת לָהֶם וְלֵאלֹהֵיהֶם בְּרִית (כג, לב) | יא | יעדער |
נישט לאזן עובדי עבודה זרה וואוינען אין ארץ ישראל | לֹא יֵשְׁבוּ בְּאַרְצְךָ (כג, לג) | יא | יעדער |
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זיבן אנדערע דאטומען:
- השא יאר און השג יאר - כ"ד שבט
- הכז יאר - כ"ה שבט
- החא יאר - כ"ו שבט
- גכה יאר און בשה יאר, גכז יאר און בשז יאר - כ"ז שבט
- בחג יאר און זשג יאר, בחה יאר און זשה יאר - כ"ט שבט
- זחא יאר - א' אדר
- זחג יאר - א' אדר א'
הפטורה
די הפטורה פון פרשת משפטים איז אין ספר ירמיהו, פון קאַפּיטל ל"ד, פסוק ח', וואו ירמיהו הנביא דערמאנט די געזעצן פון אן עבד עברי, און מוסר'ט די אידן פארוואס זיי האבן דאס נישט איינגעהאלטן. די תימנים ענדיגן סוף קאַפּיטל ל"ה, פסוק י"ט[18], די אשכנזים און ספרדים ליינען ביז קאַפּיטל ל"ד, פסוק כ', און כדי צו צוענדיגן מיט א גוטע זאך גייט מען צוריק, צולייגנדיג די לעצטע פסוקים פון קאַפּיטל ל"ג, פסוקים כ"ה–כ"ו[19], א זאך וואס טייל פוסקים האלטן איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל מען טאר נישט ליינען צוריקצואוועגס[20]. רבי חיים קאניעווסקי שרייבט[21], אז ביי די פלעצער וואו מ'ליינט די הפטורה פון קלף, זאל מען חושש זיין דערצו און נישט צוריקגיין. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל נ"ו, פסוק א' - קאַפּיטל נ"ז, פסוק י'.
למעשה ליינט מען גאנץ זעלטן די הפטורה פון משפטים (ארום 23.8% יארן, אין די קביעות השא, השג, החא, בשז און גכז), וויבאלד אין די אנדערע שנים פשוטות (ארום 59.8% פון אלע יארן) ווערט פרשת משפטים געליינט א שבת בעפאר ראש חודש אדר, און דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת שקלים. אין די איבריגע עיבור יארן געפאלט פרשת משפטים אום שבת ראש חודש אדר א' (ארום 5.8% פון אלע יארן), אדער שבת ערב ראש חודש (ארום 10.5% פון אלע יארן), וואס דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש אדער "מחר חודש".
אין "ספר השלחן"[22] שטייט, אז לויט דער מנהג פון צעטיילן משפטים אין צוויי, ליינט מען די הפטורה נאך "אם כסף" אין ספר ירמיהו, קאַפּיטל ל"א, פסוקים ל'–ל"ט, און מען לייגט צו קאַפּיטל ל"ג, פסוקים י'–ט"ז; און אין יארן אין וועלכע די פרשה ווערט נישט צעטיילט, זאגט מען די געווענליכע הפטורה פון (די ערשטע האלב) משפטים. (די באזונדערע הפטורה פון "אם כסף" האט דעריבער נאר געקענט אויסקומען אין החא יארן, ווייל אין השג יארן געפאלט דער שבת אין ראש חודש).
דרויסנדיגע לינקס
טעקסט:
- פרשת משפטים, אויף שיתופתא
- פרשת משפטים, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת משפטים - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת משפטים, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת משפטים", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת משפטים אויף קול הלשון
- פרשת משפטים, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת משפטים, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת משפטים, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת משפטים, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת משפטים", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת משפטים אויפ'ן "על התורה" זייטל
נאטיצן
- ↑ דער מנהג ווערט געברענגט דורך די ראשונים אין די ספרדי'שע פלעצער, לויט'ן כלל פון "סגיר ופסח" - אז פרשת "מצורע" ("סגיר" אויף אראמיש) ווערט געליינט דער שבת פאר "פסח", און אין יארן וואס ראש השנה געפאלט אום דאנערשטאג (השג און החא יארן), פעלט אויס נאך א קריאה בעפאר פסח אז מצורע זאל געפאלן אין איינקלאנג מיט'ן כלל. דער ראב"ח שרייבט דעם מנהג אין ספר העבור[1] וועלכע שלאגט פאר צו צעטיילן וירא, משפטים, אדער כי תשא (ווי טייל יוצאי ליביע פירן זיך). אויך אין ספר האשכול ווערט דערמאנט אז טייל נעמען אן דעם כלל פון סגיר ופסח[2]. אויך דער מאירי שרייבט דער מנהג צו צעטיילן כי תשא[3], און עס ווערט אויך דערמאנט אין ארחות חיים פון רבי אהרן הכהן מלוניל[4], און אין אבודרהם[5]. דער ספר החינוך צעטיילט אויך די מצוות אין משפטים פאר צוויי פרשיות.
אין מחזור ויטרי[6] און נאך פיל ראשונים איז אבער דער כלל "פקיד ופסח", אז מען ליינט פרשת צו (פקיד) אום שבת הגדול, גילטיג סיי אין א פשוט יאר און סיי אין אן עיבור יאר. עס ווערט אבער אויך געברענגט אלס דער מנהג פון צרפת, אדער אלס מנהג פון רבינו תם[7] פאר אן עיבור יאר איז "סגיר ופסח" (מצורע), און פאר השג און החא יארן - "פטיר ופסח" (אדער "אוחר ופסח") - פרשת אחרי, און דער מנהג ווערט גע'פסק'נט אין טור און אין שלחן ערוך[8].
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, השער העשירי, הפרק האחד.
- ↑ ספר האשכול, אלבעק, דף ס"ה ע"א.
- ↑ קרית ספר חלק א', עמ' פג-פד.
- ↑ הל' קריאת ספר תורה סי' ס"ג.
- ↑ סדר הפשריות וההפטרות - פ"ב.
- ↑ סימן רנ"ו.
- ↑ אזוי אין די השלמות למחזור ויטרי, עמ' 6.
- ↑ טור, אורח חיים, סימן תכ"ח; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ד'.
- ↑ זעט מרדכי סיטבון, אברהם הטל, "ממנהגי יהדות תוניסיה", אויף "דעת".
- ↑ אזוי קומט אויס פון די סדר הפרשיות, אבער אין מכילתא דרבי ישמעאל, פרק כא פסוק א איז פארהאן א מחלוקת דערוועגן, און רבי יהודה לערנט אז די פרשה איז שוין געזאגט געווארן אין מרה. אזוי אויך זענען דא[אויסקלארונג פארלאנגט] וואס לערנען אז זיי זענען א זאמלונג פון מצוות און דינים וואס זענען געזאגט געווארן אין פארשידענע אומשטענדן און פלעצער, און זענען נאר געשריבן געווארן צוזאמען דא.
- ↑ אזוי לויט די סדר הפסוקים, און לויט טייל מפרשים, ווי דער אבן עזרא און רמב"ן כד, א; אבער אין רש"י (דארט, און רש"י, יט, יא) שטייט אז ס'איז געווען נאך פאר מתן תורה.
- ↑ רש"י
- ↑ רמב"ן
- ↑ חזקוני
- ↑ שמות כד, ז
- ↑ ספר החינוך, מצוות מב–צד.
- ↑ לויט ווי עס שטייט אין ספר החינוך; עס איז פארהאן א ברייטע מחלוקת צווישן די ראשונים און אחרונים דערוועגן.
- ↑ רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'.
- ↑ אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
- ↑ לויט יומא ע, א; זעט אין די נושאי כלים אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן קמ"ד, סעיף א'; משנה ברורה, סימן קמ"ד, סעיף קטן ט'. רש"ש יומא עא. ברענגט אז אזוי איז דער מנהג למעשה.
- ↑ טעמא דקרא, סוף פרשת משפטים, עמ' עג, און ברענגט אזוי פון שערי אפרים, שער ט', סימן כ"ח.
- ↑ רבי חייא בן שלמה אבן חביב תלמיד הרשב"א, ספר השולחן, הלכות תפילה שער ו.
פרשיות | ||
---|---|---|
ספר בראשית | בראשית • נח • לך לך • וירא • חיי שרה • תולדות • ויצא • וישלח • וישב • מקץ • ויגש • ויחי | |
ספר שמות | שמות • וארא • בא • בשלח • יתרו • משפטים • תרומה • תצוה • כי תשא • ויקהל • פקודי | |
ספר ויקרא | ויקרא • צו • שמיני • תזריע • מצורע • אחרי • קדושים • אמור • בהר • בחוקותי | |
ספר במדבר | במדבר • נשא • בהעלותך • שלח • קרח • חקת • בלק • פינחס • מטות • מסעי | |
ספר דברים | דברים • ואתחנן • עקב • ראה • שופטים • כי תצא • כי תבוא • נצבים • וילך • האזינו • וזאת הברכה |
ספר שמות | ||
---|---|---|
פרשת שמות | גזירות פרעה • גלות מצרים • משה אין קאסטן • בתיה בת פרעה • משה'ס אנטלויף קיין מדין • דער ברענענדיגער סנה • צפורה במלון • משה בארמון פרעה | |
פרשת וארא | צען מכות • מכת דם • מכת צפרדע • מכת כינים • מכת ערוב • מכת דבר • מכת שחין • מכת ברד | |
פרשת בא | מכת ארבה • מכת חושך • פסח מצרים • מכת בכורות • יציאת מצרים • קידוש בכורות • תפילין | |
פרשת בשלח | עמוד הענן און עמוד האש • קריעת ים סוף • שירת הים • שירת מרים • מרה • אילם • מן • פרשת המן • תחום שבת • רפידים • מלחמת עמלק | |
פרשת יתרו | יתרו און צפורה • עצת יתרו • שלשת ימי הגבלה • מעמד הר סיני • עשרת הדיברות • לא תעשון אתי | |
פרשת משפטים | עבד עברי • אמה עבריה • חובל • נזקי בהמה (קרן, שן ורגל) • בור • אש • גניבה און הבא במחתרת • ארבעה שומרים • מפתה • כל אלמנה ויתום לא תענון • טריפה • אחרי רבים להטות • ברית האגנות • לוחות הברית | |
פרשת תרומה | בויען דעם משכן • ארון הברית • כפורת • כרובים • שולחן הפנים • מנורה • יריעות המשכן • קרשים • אדנים • פרוכת • מזבח הנחושת • קלעי חצר המשכן | |
פרשת תצוה | הדלקת הנרות אין בית המקדש • בגדי כהונה • קרבן תמיד • שבעת ימי המילואים • חנוכת המשכן • מזבח הזהב | |
פרשת כי תשא | מחצית השקל • כיור • קטורת • שמן המשחה • חטא העגל • שבירת הלוחות • שלש עשרה מידות של רחמים • קרינת פני משה | |
פרשת ויקהל | יריעות המשכן • קרשים • ארון • שולחן • מנורה • מזבח הזהב • מזבח הנחושת • כיור • קלעי החצר | |
פרשת פקודי | סיכום הקמת המשכן • חנוכת המשכן | |
צענטראלע פערזאנען | שפרה און פועה • עמרם • יוכבד • משה • אהרן • מרים הנביאה • פרעה • בתיה • יתרו • צפורה • נחשון בן עמינדב • יהושע בן נון • בצלאל בן אורי • אהליאב בן אחיסמך | |
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער