רוי:ארבע מיתות בית דין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ארבע מיתות בית דין
(הויפט מקורות)
משנה משנה, סנהדרין פרק ז'
משנה תורה משנה תורה לרמב"ם, הלכות סנהדרין והעונשין המסורין להם, פרק י"ד
ספרי מניין המצוות ספר החינוך, מצוה מ"ז, מצוה נ', מצוה רס"א, מצוה תקנ"א

די ארבע מיתות בית דין זענען פיר מעטאדן פאר הינריכטונג, ווען טויטשטראף ווערט געגעבן דורך א סנהדרין לויט די הלכה. זייערע הלכות, וועלכע ווערן גערופן "דיני נפשות", ווערן דעטאלירט אויסגעשמועסט אין מסכת סנהדרין.

אין חומש ווערן געברענגט א רייע עברות, פאר וועלכע עס איז געקומען טויט-שטראף, וואס איז באשטאנען פון פיר סארטן טויט מיטלען:

  1. סקילה (פארשטיינערן)
  2. שריפה (פארברענען)
  3. הרג (אומברענגען מיט א שווערד)
  4. חנק (דערשטיקן)

צו אויספירן א טויט אורטייל האבן זיך געפאדערט פיל תנאים, און עס איז דעריבער זעלטן פארגעקומען. די משנה[1] זאגט, אז א סנהדרין, וואס האט גע'פסק'נט טויט-שטראף איינמאל אין זיבן יאר (און לויט רבי אלעזר בן עזריה איינמאל אין זיבעציג יאר), האט געהייסן א "חובלנית" (איינע וואס טויט מענטשן).

רעפערענצן

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.