יוכבד

טאכטער פון לוי, מאמע פון משה, אהרן און מרים

יוֹכֶבֶד איז א פּערזענליכקייט אין תנ"ך. זי איז די טאכטער פון לֵוִי, די ווייב פון איר פּלימעניק עמרם, און די מאמע פון מרים, אהרן און משה. אין ספר שמות, קאַפּיטל ב', וואו עס ווערט געשילדערט די געבורט פון משה און דאס ווערן באהאלטן אין א קאסטן דורך זיין מוטער, ווערט נישט דערמאנט איר נאמען. נאר שפעטער אין פרשת וארא[1] און פינחס[2] ווערן זייערע נעמען דערמאנט ביים אויסרעכענען די יחוס פון די דורות. יוכבד ווערט אויך אידענטיפיצירט מיט שפרה, איינע פון די עברי'שע הייבאַמס.

יוכבד בת לוי
געבורט אוראלט מצרים
פטירה כנען
עיסוק הייבאם
מקום קבורה קבר האמהות
32°48′07″N 35°31′21″E / 32.802°N 35.522611°E / 32.802; 35.522611 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
טאטע לוי
קינדער מרים, אהרן, משה
בן זוג עמרם
קינדער מרים, אהרן, משה
עיסוק הייבאם
בתנ"ך שמות א - ב; במדבר כו, נט
קבר האמהות אין טבריה, וואו יוכבד איז באערדיגט לויט די מסורה

ביאגראפיע

יונגע יארן און הייראט

אין פרשת פינחס ווערט יוכבד באשריבן אלס די טאכטער פון לוי, געבוירן צו אים אין מצרים[3], און אזוי איז זי געווען עמרם'ס מומע פון פאטערס-זייט[1]. אין די תורה ווערט נישט דערמאנט די נאמען פון איר מאמע, אבער אין פארשידענע מקורות ווערן אנגעגעבן עטליכע נעמען: אוֹתָהּ[4]; עדינה - טאכטער פון יובב דער זון פון יקטן[5]; אדער מילכה, אן אפשטאמלינג פון תרח[6].

כאטש עס שטייט אז זי איז געבוירן אין מצרים, רעכענען איר אבער טייל שיטות אין חז"ל פון די 33 אפשטאמלינגען פון לאה וואס שטעלן צוזאם די 70 יורדי מצרים[7], וויבאלד זי איז געבוירן "צווישן די מויערן" (בין החומות) – גלייך ביים אריינקומען קיין מצרים[8]. (אין צוואת השבטים שטייט אז זי איז געבוירן זעכצן יאר נאכ'ן אראפגיין קיין מצרים, ווען לוי איז געווען 64 יאר אלט[9].)

אין מדרש הגדול שטייט אז זי האט געהייסן יוכבד, "ווייל איר געזיכט איז געווען ענליך צום זיו הכבוד"[10]. א לעצטיגע טעאריע איבער'ן נאמען איז אז עס איז מעגליך צעטיילט אין צוויי: די ערשטע טייל, 'יו' געפינט מען אין אסאך שפעטערדיגע נעמען אין תנ"ך אלס פארקירצונג פונעם שם ה'. 'כבד' איז א געווען א פארשפרייטע סעמיטישע נאמען יענע צייט, מיינענדיג 'מכובד'. אויב איז דאס ריכטיג, איז יוכבד דער ערשטער נאָמען אין תנ"ך וואָס ניצט דעם נאָמען פון ג-ט, און דער איינציגער איידער דער התגלות פון ה' צו משה ביים סנה[11].

זי האט חתונה געהאט מיט איר פלימעניק, דער "גדול הדור" עמרם, דער זון פון איר ברודער קהת. (כאטש חתונה האבן מיט א מומע איז א לאו אין די תורה[12], איז דאס אין איינקלאנג מיט אנדערע פעלער איידער מתן תורה אין וועלכע די געבורט אדער אפשטאם פון וויכטיגע פיגורן קומען פון שפּעטער-פארבאטענע אישות[א].) יוכבד און עמרם האבן געבוירן מרים און אהרן.   ווען פרעה האט ארויסגעגעבן די גזירה אריינצואווארפן די ניי-געבוירענע אינגלעך אין טייך, האט עמרם גע'גט זיין פרוי יוכבד, זאגנדיג אז "מיר פּלאגן זיך פאר גארנישט". ווען אלע האבן אים נאכגעטון און גע'גט זייערע ווייבער, האט זיין טאכטער מרים אים איבערצייגט צוריקצונעמען זיין פרוי. אין גמרא שטייט אז אויף זייער ווידער-הייראט האט ער געמאכט פאר יוכבד אַן אפריון, פונקט ווי אַן ערשטע חתונה, און אהרן און מרים האבן געטאנצן פאר איר, און די מלאכי השרת האבן געזאגט: ״אֵם הַבָּנִים שְׂמֵחָה״[13]. פון דער אנדערער זייט, שטייט אין זוהר הק' אז די ווידער-הייראט, ווי די צעטיילונג, איז געווען "בצנעא", כדי קיינער זאל נישט באמערקן[14].

משה'ס געבורט

משה איז געבוירן זעקס חדשים נאך עמרם און יוכבד'ס ווידער-הייראט. לויט איין שיטה איז זי טראגעדיג געווארן מיט אים דריי חדשים איידער זייער צעטיילונג, און אנגעהאלטן דאס טראגעדיגקייט גאנצע ניין חדשים[15]; לויט תרגום יונתן איז די געבורט געווען סוף פון די זעקסטע חודש[16]; און לויט מדרש הגדול איז די שוואַנגערשאַפט געווען 6 חדשים און צוויי טעג[10.1].

וויבאלד יוכבד איז געבוירן "בין החומות", און די אידן זענען געווען אין מצרים 210 יאר ביזן ווערן אויסגעלייזט דורך דער 80-יעריגער משה רבינו[17], איז לויט דעם יוכבד געווען 130 יאר ביי זיין געבורט[15], דריי יאר נאכ'ן געבורט פון אהרן[18]. טראץ איר עלטער רופט איר נאך די תורה די "טאכטער" פון לוי[19] ווייל ביים ווידער-הייראַט האט איר יוגנט זיך צוריקגעקערט צו איר, איר הויט איז געווארן גלאט, און די קנייטשן פון עלטער זענען איר פארשווינדן[20]. א רמז צו יוכבד'ס עלטער ביי משה'ס געבורט געפינט זיך אין דער וואג (130 שקל) פון די זילבערנע שיסלען וואס די נשיאים האבן געאפפערט פאר די חנוכת המזבח[21].

דער אבן עזרא איז נישט צופרידן צו לערנען אז זי איז געווען אזוי אלט ביים געבן געבורט, טענה'נדיג אז די תורה וואלט דאס געדארפט ארויסהייבן אלס נס, פּונקט ווי ביי שרה'ס געבורט פון יצחק[22]. דער רמב"ן קריטיקירט דעם אבן עזרא'ס מיינונג קעגן חז"ל, אנצייגנדיג אז זייענדיג א טאכטער פון לוי, וואס האט געלעבט 137 יאר[23] און איז געווען 43 יאר ביים אריינקומען קיין מצרים, וועט אין יעדנפאל זיין למעלה מדרך הטבע: אדער לוי וועט דארפן זיין גאר אלט ביים געבוירן יוכבד, אדער יוכבד ביים געבוירן משה. נאר, דער תורה הייבט נאר ארויס א נס ווען עס איז געקומען אלס פארווירקליכונג פון א הבטחה, דא איז עס נאר געווען כדי צו אויסשטעלן דער געטליכער פלאן פאר די גאולה און הנהגה פון אידן[24].

צוליב איר צדקות איז די שוואנגערשאפט און געבורט פון משה געווען לייכט און אָן ווייטאג, וואס האט אנגעוויזן אז זי איז אויסגעשלאסן געווארן פון דער גזירה קעגן די קינדער פון חוה[25]. דער ספר הישר שרייבט אז יוכבד האט גערופן איר דאזיגע זון "יקותיאל" (די נאמען משה האט בתיה אים געשאנקען[26])[27].

די מצריים וועלכע האבן נאכגעפאלגט די אידישע פרויען האבן געציילט די ניין חדשים פון ווען עמרם און יוכבד האבן זיך צוריק פאראייניגט, וואס האט ערמעגליכט פאר יוכבד צו באהאלטן משה פאר דריי חדשים. אבער דאן האט זי מער נישט געקענט האלטן זיין עקזיסטענץ בסוד, האט זי אריינגעלייגט משה אין א קאסטן פון גֹּמֶא (פּימסן[28], יאַמש[29]), וועלכע זי האט באשיצט פון וואסער מיט ליים און פּעך, און דאס אריינגעשטעלט אין די ריטלעך ביים ברעג טייך. זי האט אים אויך געמאכט א קליינע חופה'לע אינעם קאסטן, אויסדרוקנדיג זארג אז זי וועט שוין נישט זען זיין חופה[30]. בִתיה האט אפגעפינען דאס קינד וויינענדיג און פארשטאנען אז דאס איז א אידיש קינד. מרים וועלכע איז געשטאנען פונדערווייטנס און נאכגעפאלגט די פאסירונגען, האט איר פארגעשלאגן צו ברענגען א אידישע זייגערין צו זייגן דאס קינד, און געברענגט זיין מאמע יוכבד. בתיה האט אדאפטירט דאס קינד און אויפגעצויגן אין פרעה'ס הויז[31].

אלס הייבאם

אין ספר שמות, קאַפּיטל א' ווערט געשילדערט די גזירות פון פרעה איבער ניי-געבוירענע אידישע אינגלעך, און ווי ער האט באפוילן די אידישע הייבאמס, שפרה און פועה, צו הרג'ענען די אידישע קינדער איידער זייער געבורט. זיי האבן צוריקגעוויזן דעם באפעל, און דער אויבערשטער האט זיי געבענטשט פאר זייער יראת שמים, " וַיַּעַשׂ לָהֶם בָּתִּים"[32]. חז"ל אידענטיפיצירן זיי אלס יוכבד און איר פינף-יעריגע טאכטער מרים (אדער איר שנור אלישבע בת עמינדב), וועלכע האט איר געהאלפן[33][15][ב]. יוכבד איז גערופן געווארן שפרה, וויבאלד: 1. אלס הייבאם האט זי שיין געמאכט – שֶׁמְּשַׁפֶּרֶת – דאס בלוטיג קינד נאכן געבורט, 2. די אידן זענען געווען פרוכטבאר – שֶׁפָּרוּ – אין אירע טעג, 3. זי האט שיין געמאכט אירע מעשים פאר ג-ט[35]. זי איז אויך אידענטיפיצירט מיט היהודיה[36], וויבאלד זי האט געברענגט אידן אויף דער וועלט[37]. די "הייזער" (בָּתִּים) וואס ג-ט האט געגעבן די צוויי עברי'שע הייבאמס באדייטן אז זי האט זוכה געווען אז פון איר זאלן ארויסקומען משפחות פון כהונה, לויה און מלכות[38].

ענדע לעבן

אין זכות פון עמרם און יוכבד זענען די אידן אויסגעלייזט געווארן[39], און אלס שכר פאר איר יראת ה' ("כי יראו המילדות את האלקים"), איז פון איר ארויס משה, וועלכער האט געגעבן די תורה[40]. רבי (רבי יהודה הנשיא) האט גענוצט די מעשה פון יוכבד צו ערוועקן זיין ציבור ווען זיי זענען געווארן פארשלאפן. ער האט זיי דערציילט, אז עס איז אמאל געווען א פרוי אין מצרים וואס האט געבוירן 600,000 קינדער אויף אמאל; ווערנדיג געפרעגט ווער די פרוי איז, האט ער געזאגט אז זי איז יוכבד, וועמענס זון משה איז ווערט 600,000 אידן[41].

לויט'ן סדר עולם האט זי איבערגעלעבט אלע אירע קינדער און איז ארויפגעגאנגען מיט די אידן קיין ארץ ישראל אין עלטער פון 250 יאר[42][43]. לויט א שפּעטערע מסורה, וואס ווערט ערשט דערמאנט אין א רייזע באשרייבונג פון א תלמיד פונעם רמב"ן, איז זי באערדיגט געווארן אין "קבר האמהות" אין טבריה, אינאיינעם מיט מרים, צפורה און נאך פרויען[44].

דער זוהר שרייבט אז יוכבד זיצט אין א היכל, צוזאמען מיט צענדליגע טויזנטע. אין דעם היכל רופט מען גארנישט אויס, נאר דריי מאל יעדן טאג לויבט זי און איז משבח דעם רבש"ע, זי און אלע פרויען מיט איר. זי זינגט יעדן טאג די שירת הים, און זי הייבט אליין אן פון ותקח מרים הנביאה. און אלע צדיקים אין גן עדן הערן צו איר זיסע שטימע. און פילע הייליגע מלאכים זענען מודה ומשבח מיט איר צום הייליגן נאמען[45].

אין פיוט

יוכבד'ס קלאג אויף משה'ס פטירה איז דער נושא אין עטליכע פיוטים אויף שמחת תורה[46]. "צעקה יוכבד" ווערט דערמאנט אין די ראשונים אַלס א פיוט וואס ווערט געזאגט שמחת תורה. דער מחבר איז נישט באַקאַנט. געוויסע זאגן עס אין ז' אדר אדער הושענא רבה[47]. אין דער מחזור רומי (ז' 79 א, מנטובה, תע"ח) איז פארהאן א פיוט אין אראמיש פאר שמחת תורה, וועלכע הייבט זיך אָן "אזלת יוכבד מפיסת למצרים". אין מחזור קורפו איז עס איבערגעזעצט אין לשון-קודש[48].  

אין קונסט

  • סיימאָן סאָלאָמאָן, "די מוטער פון משה" (The Mother of Moses), אויל אויף קאַנוואַס, געפונט זיך אין די דעלאַוועיר קונסט מוזעאום.

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. יעקב און די צוויי שוועסטער רחל און לאה (ויקרא יח, יח); יהודה און תמר, זיין שנור (ויקרא טו, טו).
  2. דער בני יששכר[34] ערקלערט אז פרעה איז געווען דער וואס האט געטוישט זייערע נעמען צו מצרי'שע נעמען, האלטנדיג אז דאס וועט זיי אריבערשלעפן צו זיין זייט.
  1. 1.0 1.1 שמות ו, כ.
  2. במדבר כו, נט.
  3. במדבר כו, נט; פארגלייך שמות ב, א.
  4. דעת זקנים, במדבר כו, נט, לויט'ן פסוק וְשֵׁם אֵשֶׁת עַמְרָם יוֹכֶבֶד בַּת לֵוִי אֲשֶׁר יָלְדָה "אֹתָהּ" לְלֵוִי בְּמִצְרָיִם.
  5. ספר הישר, וישב כ.
  6. ספר היובלים, לד, כח; צוואת השבטים, צוואת לוי.
  7. בראשית מו, כז.
  8. סוטה יב, א; בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ט'; בבא בתרא קכג, ב, געברענגט אין רש"י, בראשית מו, טו.
  9. צוואת השבטים, צוואת לוי.
  10. מדרש הגדול, שמות ב, א.
    1. דארט, פסוק ב'
  11. אנציקלופדיה מקראית, כרך ג', ערך יוכבד.
  12. ויקרא יח, יב.
  13. סוטה יב, א; בבא בתרא קכ, א.
  14. ספר הזוהר, חלק ב, דף י"ט, עמוד א'.
  15. 15.0 15.1 15.2 סוטה יב, א.
  16. תרגום יונתן, שמות ב, ב.
  17. פארגלייכט שמות ז, ז.
  18. שמות ז, ז.
  19. שמות ב, א.
  20. בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ט'; בבא בתרא קכ, א; סוטה יב, א.
  21. שמות רבה, פרשה א', פסקה כ"ג; במדבר רבה, פרשה י"ג, פסקה י"ט.
  22. אבן עזרא, בראשית מו, כז.
  23. שמות ו, טז.
  24. רמב"ן, בראשית מו, טו.
  25. סוטה יב, א; שמות רבה, פרשה א', פסקה כ'; פארגלייך בראשית ג, טז.
  26. שמות ב, י.
  27. ספר הישר, שמות כד.
  28. שלמה נאָבל, חומש טייטש: אן אויספארשונג וועגן דער טראדיציע פון טייטשן חומש אין די חדרים, ייוואָ: ניו־יאָרק, 1943, ז' 71.
  29. יהואש.
  30. סוטה יב, ב.
  31. בראשית ב, א–י.
  32. שמות א, כא.
  33. שמות רבה, פרשה א', פסקה י"ג.
  34. חודש ניסן, מאמר ד'.
  35. סוטה יא, ב זעט דארט נאך.
  36. דברי הימים א' ד, יח.
  37. ויקרא רבה, פרשה א', פסקה ג'.
  38. שמות רבה, פרשה א', פסקה י"ז, געברענגט אין רש"י דארט.
  39. ילקוט שמעוני, במדבר ג, רמז תר"צ.
  40. שמות רבה, פרשה א', פסקה ט"ז.
  41. שיר השירים רבה, פרשה ד', פסקה ב'.
  42. סדר עולם פרק ט'.
  43. דער של"ה שרייבט ענליך אין אגרת רבי ישעיה הלוי הורוביץ דף רפב, און דער אבן עזרא, בראשית מו, כז ברענגט אויך אזוי פונעם פיוט 'צעקה יוכבד': "יוכבד אמי אחרי התנחמי והיא בת ר"נ שנה". זעט שפעטער.
  44. רבי יעקב בן נתנאל הכהן, אין: אברהם יערי, מסעות ארץ ישראל, עמ' 58. זעט אויך דארט ז' 92.
  45. ספר הזוהר, חלק ג, דף קס"ז, עמוד ב'.
  46. בנימין בר-תקוה, "זעקת יוכבד: דמות האם בפיוטי פטירת משה", מחקרי ירושלים בספרות עברית כא, תשס"ז, עמ' 265-302‏, JSTOR 23361176.
  47. צעקה יוכבד אויף המכלול אין העברעאיש;   דער פיוט צעקה יוכבד, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  48. מחזור מנהג קורפו לסוכות ולשמחת תורה, דף 26, מאנוסקריפט אויף נבמ"י; מחזור מנהג קורפו לשלש רגלים, (155ב-156א), מאנוסקריפט אויף נבמ"י; אברהם מאיר הברמן, עתרת רננים, ירושלים, תשכ"ז, עמ' 107 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).