רוי:חוה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חַוָּה איז געווען די ערשטע פרוי און די ערשטע מאמע, זי איז באשאפן געווארן די זעקסטע טאג. חוה איז געווען די פרוי פון אדם הראשון און די מאמע פון קין, הבל און שת, און נאך זין און טעכטער וואס זייער נאמען איז נישט באקאנט. איר נאמען ערשיינט צום ערשטן מאל אין פרשת בראשית, ג, כ. זי ווערט צוויי מאל אנגערופן אין תנ"ך מיט'ן נאמען חוה.

דער באשאף פון חוה

די געשיכטע וויאזוי אדם און חוה זענען באשאפן געווארן ווערט צוויי מאל געשילדערט אין דער תורה, אין בראשית א' ווערט דער באשאף פון חוה געשילדערט אין קורצן צוזאמען מיט'ן באשאף פון אדם הראשון אין די זעקס'טע טאג: ”וַיִּבְרָא אֱלֹקִים אֶת הָאָדָם בְּצַלְמוֹ בְּצֶלֶם אֱלֹקִים בָּרָא אֹתוֹ זָכָר וּנְקֵבָה בָּרָא אֹתָם”, און דאן דער באשעפער זיי געגעבן די רעכט צו געוועלטיגן איבער די באשעפענישן און געוואוקסן[1]. דאס צווייטע מאל, אין בראשית ב', ווערט געשילדערט ווי דער באשעפער האט באשאפן אדם פון ערד, און אים געלייגט אין גן עדן. ערשט האט ער באשאפן די בעלי חיים און זיי געברענגט צו אדם, און ווען אדם האט געזען אז אלע האבן א פאר און נאר ער האט נישט, האט דער אויבערשטער באשאפן חוה פון אים אליין, צו אוועקנעמען זיין איינזאמקייט: ”לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ; אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ” (עס איז נישט גוט פאר דעם מענטש צו זיין אליין, איך וועל מאכן פאר אים א העלפער צו זיין זייט)[2]. דער באשעפער האט אריינגעווארפן אדם אין א טיפן שלאף, דאן האט ער גענומען פון א זייט פון אדם - "אַחַת מִצַּלְעֹתָיו", און דערפון באשאפן חוה, דאן פארדעקט די אנטבלויזטע פלייש פון אדם[3].

אין גמרא[4] איז דא א מחלוקת פון רב און שמואל וואס דער צֵלָע איז געווען: איינער האלט אז אין אנהייב איז אדם געווען צוזאמגעשטעלט פון צוויי גופים, פון ביידע זייטן, און איינס דערפון איז געווארן חוה. דער צווייטער האלט אז אדם האט געהאט וויידל וואס פון דעם איז זי באשאפן געווארן. טייל מדרשים זאגן אבער אז "צלע" מיינט מען די בוכשטעבליכע מיינונג - א ריפביין[5], אין מדרש רבה שטייט אז רבי ירמיה בן אלעזר האט געזאגט אז אדם איז באשאפן געווארן אן אנדרוגינוס[6].

נאמען

מען טרעפט אין די תורה צוויי מאל דערמאנט די נאמען חוה[7], און די איבריגע מאלן ווערט זי דערמאנט מיט'ן נאמען "אִשָׁה". ביידע נעמען זענען געגעבן געווארן דורך אדם, און די סיבות פאר די נעמען ווערט געשילדערט אין די תורה, מאכנדיג חוה אלס די איינציגע פרוי וואס די תורה איז מסביר דעם נאמען.

אשה

אין בראשית ב, כג, ווען אדם טרעפט חוה נאכ'ן זיך ערוועקן רופט ער אויס: ”זֹאת הַפַּעַם עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה כִּי מֵאִישׁ לֻקֳחָה זֹּאת”.

חוה

אין בראשית ג, כ האט אדם איר א נאמען געגעבן חוה, ”וַיִּקְרָא הָאָדָם שֵׁם אִשְׁתּוֹ חַוָּה כִּי הִוא הָיְתָה אֵם כָּל חָי” - ווייל זי איז געווען די מאמע פון אלע לעבעדיגע. חוה איז אויפ'ן פלאץ פון "חיה", אז זי ברענגט לעבן פאר אירע קינדער[8], און זי מוטשעט זיך צו האבן קינדער, נארוואס ווערנדיג געשאלטן בעצם תלדי בנים[9]. רבי שמשון רפאל הירש לייגט צו אז דערפאר ווערט זי גערופן חוה מיט א' און נישט חיה, וויבאלד אויך רוחניות'דיגע לעבן שטעלט די מאמע צו, פונעם לשון יחווה דעת[10].

אין מדרש שטייט אז חוה איז פון לשון חויא - א שלאנג, וויבאלד זי האט זיך זיך געלאזט איבעררעדן און איבערגערעדט אדם לויט די עצה פונעם נחש הקדמוני[11][12], און די כלי יקר לייגט צו אז בעפאר'ן חטא האט זי טאקע געהייסן חיה.

נאך א פשט אין מדרש איז, אז עס איז א לשון פון "חיווי" - רעדן, "חיוה לה האדם הראשון כמה דורות איבדה" (אדם האט איר דערציילט וויפיל דורות זי האט געמאכט פארלירן)[11]. די רבינו בחיי זאגט אז אדם האט איר גערופן אזוי וויבאלד זי איז געווען רעדעוודיג, ווי די שטייגער פון פרויען.

רעפערענצן