שת

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שת
געבורט ק"ל
פטירה א'מ"ב (אלט: 912 בערך)
גיל פטירה 912
טאטע אדם הראשון
מאמע חוה
קינדער אנוש
בתנ"ך בראשית ד, כה–כו; בראשית ה, ג–ח; דברי הימים א' א, א

שת איז געווען דער דריטער זון פון אדם הראשון און חוה. זיינע עלטערע ברידער זענען געווען קין און הבל.

ביאגראפיע

שת איז געבוירן געווארן ווען אדם איז אלט געווען 130 יאר[1], אין יאר ק"ל לאדם[א]. זיין נאמען ווערט ערקלערט אין די ווערטער פון זיין מוטער חוה: "כִּי שָׁת לִי אֱלֹקִים זֶרַע אַחֵר תַּחַת הֶבֶל כִּי הֲרָגוֹ קָיִן"[2]. לויט דער מדרש, איז שת פון די זיבן מענטשן וואס זענען געבוירן געווארן גע'מל'טע[3]. טייל זאגן אז ער איז געווען דער ערשטער מענטש וועלכער איז געבוירן געווארן קליינ־געוואוקסיג[4]. ער איז געווען ענליך צו אדם הראשון מיט זיין כח און שיינקייט[5].

לויט פארשידענע מקורות, האט שת געהייראט זיין שוועסטער עצורה[6], אדער פטורה[7], אדער נובא[8]. ווען שת איז אלט געווען 105 יאר, האט ער געבוירן א זון מיטן נאמען אנוש[9], פון וועמען עס האבן זיך ווייטער געצויגן די צען דורות ביז נח. חוץ פון אנוש האט ער געבוירן נאך קינדער[10]. אלע מענטשן היינט אויף דער וועלט שטאמען פון שת; הבל איז געשטארבן אן קינדער, און די אפשטאמיגע פון קין זענען אומגעקומען ביים מבול צוליב זייערע עבירות[ב]. חז"ל געבן דאס אן אלס נאך א טעם פאר זיין נאמען, "שממנו הושתת העולם"[12].

שת האט געלעבט 912 יאר (ביז צום יאר א'מ"ב לאדם[א]), דער פערט-לענגסטער פון אלע מענטשן דערמאנט אין תנ"ך. לויט א מקור אין די ראשונים, האט שת געוואוינט אין ארץ ישראל[13].

שת ווערט אויסגערעכנט אין חז"ל צווישן די שבעה רועים[14]. ער האט באקומען די בגדי כהונה פון אדם הראשון[15], ער איז געווען דער באליבטער צווישן די דריי זון פון אדם[16], און אויף אים שטייט "וכל אשר יעשה יצליח"[17].

זיין קבר

דער אלטער בית הכנסת אין ארבל, דער ישוב וואו שת ליגט לויט אידישע מקורות.

לויט א מסורת פון מיטל אלטער איז שת באגראבן אין געגנט פון דעם אלטן ישוב ארבל[18].

שת פארנעמט אן ארט אין איסלאם אלס איינער פון די אויסדערוועלטע פון מענטשהייט. לויט די אראבישע טראדיציע, איז שת, וואס ווערט אנגערופן ביי זיי 'נבי שית', באגראבן אין שטח פון דער אראבישער דארף בשית. אמאל איז דער דארף געווען אנגערופן בית-שית און עס איז שפעטער געווארן צאמגעשטעלט צו בשית[19]. דאס פלאץ ווערט צום ערשטן מאל דערמאנט דורך דער אראבישער געאגראף יאקוט אל-חאמאווי[20]. אן אנדערע טראדיציע אידענטיפיצירט דעם קבר אין דער דארף 'א-נבי שית' אין לבנון[21].

בני שת

אין אכד'יש איז שת א אלגעמיינע צונאמען פאר די אמורי שבטים וועלכע האבן בעיקר געוואוינט אין געגנט פון פרת, בבל און ארץ ישראל. די בני שת ווערן דערמאנט אין מצרי'שע דאקומענטן און אוגאריטישע ליטעראטור[22]. טייל שפעקולירן אז ”וְקַרְקַר כָּל בְּנֵי שֵׁת”[23] גייט ארויף אויף די פעלקער[24].

נאטיצן

  1. 1.0 1.1 דאס הייסט, לויט'ן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ד), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
    אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי זענען געענדיגט, און נישט ווען זיי הייבן זיך אן, דארף מען צולייגן נאך א יאר צום חשבון. איבער דעם ספק, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
  2. לויט איין דעה אין מדרש, אבער, איז נעמה די טאכטער פון למך בן מתושאל געווען די ווייב פון נח, און לויט דעם שטאמען די מענטשן היינט אויך פון קין: "ואחות תובל קין נעמה, א"ר אבא בר כהנא נעמה אשתו של נח היתה, ולמה היו קורין אותה נעמה שהיו מעשיה נעימים. ורבנן אמרי נעמה אחרת היתה, ולמה היו קורין אותה נעמה שהיתה מנעמת בתוף לעבודת כוכבים"[11].

רעפערענצן

  1. בראשית ה, ג
  2. בראשית ד, כה
  3. מדרש תנחומא פרשת נח פיסקא ה'; אבות דרבי נתן, פרק ב'.
  4. מלבי"ם, בראשית ד, כה. זעט אבער רבינו אפרים און רלב"ג אויף בראשית ד, ב, אז הבל איז שוין אויך געבוירן געווארן קליין
  5. רמב"ן, בראשית ה, ג
  6. ספר היובלים, פרק ד'
  7. מדרש כת"י, סוף ספר "מגן וחרב" פון רבי יהודה אריה ממודנה
  8. "דברי הימים" פון ירחמיאל בן שלמה
  9. בראשית ד, כו; ה, ו
  10. בראשית ה, ז
  11. בראשית רבה, פרשה כ"ג
  12. מדרש אגדה (באבער) בראשית ד, כג
  13. ספר הכוזרי, מאמר ב' סימן י"ד.
  14. סוכה נב, ב
  15. במדבר רבה, פרשה ד', פסקה ח'
  16. מדרש תנחומא פרשת יתרו פיסקא י'
  17. מדרש תהלים, א, י
  18. יחוס הצדיקים, רשימת אילן ג'
  19. אויף ענגליש שרייבט מען דעם נאמען Bashshit; אין די מאנדאטארישע מאפעס איז דער אויסלייג Bash-shit.
  20. le Strange, Guy (1890), Palestine Under the Moslems: A Description of Syria and the Holy Land from A.D. 650 to 1500, Committee of the Palestine Exploration Fund, p. 421
  21. Robinson, E.; Smith, E. (1841). Biblical researches in Palestine, Mount Sinai and Arabia Petraea : a journal of travels in the year 1838. Vol. 3 (2nd appendix). Boston, the U.S.A.: Crocker & Brewster. p. 145.
  22. רן צדוק, עולם התנ"ך - בראשית, תל אביב, דודיזון עתי, 1993, עמ' 47.
  23. במדבר כד, יז
  24. יחיאל צבי מושקוביץ, תנ"ך עם פירוש דעת מקרא - במדבר, עמ' ש"ז.