גרשון

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
גרשון
געבורט ארץ ישראל
פטירה מצרים
כינוי גרשום
טאטע לוי
קינדער לבני, שמעי
תקופה גלות מצרים
בתנ"ך בראשית מו, יא; שמות ו, טז–יז; במדבר ג, יז–יח; ג, כה; דברי הימים א' ו; טו, ו; דברי הימים ב' כט, יב

גֵרְשׁוֹן אדער גֵּרְשֹׁם[1], איז געווען דער עלטסטער זון פון לוי בן יעקב. זיינע ברידער זענען געווען קהת און מררי, און זיינע זין זענען געווען לבני און שמעי.

דער נאמען ווערט גע'דרש'נט אויף דעם וואס זיין משפחה האט געוואוינט ("גר") צו מערב זייט פון משכן, דער ריכטונג פון וואו עס קומען שניי, האגל, קעלט און היץ, וואס די בני גרשון האבן געקענט פארנעמען ווייל זיי זענען געווען שטארק ווי ציין ("שן")[2]; אדער אויף דעם וואס זיינע אפשטאמיגע האבן געוואוינט אין בית ה' און געלערנט ("שונה") די הלכות פון די עבודה[3]. לויט א אנגעבליכע צוואה פון לוי איז עס א לשון פון פרעמדע, ”כי גרים היינו בארצנו”[4]. פארהאן וואס שפעקולירן אז גרשון איז פון לשון ”וּמִמֶּגֶד גֶּרֶשׁ יְרָחִים” (דברים לג, יד), זייענדיג א תפילה אז דער וואס טראגט דעם נאמען זאל האבן שפע[5].

אין בארג אטוס איז געפונען געווארן א שטיקל פון צוואת לוי, וואו דער געבורט דאטום פון גרשון ווערט אנגעגעבן אלס דער צענטער חודש אין דרייסיגסטן יאר פון זיין טאטן, צוויי יאר נאך זיין חתונה[6]. עס איז מסתבר אז אויך ער, ווי זיינע ברידער, איז געבוירן געווארן אין ערשטן טאג פון חודש[7]; דער ערשטער טאג פון צענטן חודש ווערט באצייכנט ווי א "יום זכרון"[8] און א יום תקופה אין דעם לוח פון די סעקטע אין קומראן[9].

גרשון, ווי די אנדערע קינדער פון לוי, איז געווען א גדול בישראל און א חסיד עליון, פאסיג אז די תורה זאל אים דערמאנען ווי די אבות העולם[10], און אלע זיינע אפשטאמיגע האבן זיך גערופן "משפחת הגרשוני" לכבודו[11].

בני גרשון

ביים ציילונג פון אידן אין ספר במדבר, זענען געווען 7500 מענער פון בני גרשון אין עלטער פון א חודש אדער מער[12]. זייער נשיא איז געווען אליסף בן לאל[13]. ווי די אנדערע אפטיילונגען פון שבט לוי, האבן די בני גרשון געהאט די פליכט צו טראגן די הייליגטומען ביי די מסעות אין מדבר. זיי זענען געווען געשטעלט צו טראגן די יריעות המשכן, דער אוהל און צודעק, און דער מסך פתח אוהל מועד. חוץ פון דעם האבן זיי אויך געטראגן די קלעי החצר פון די הויף פון משכן, און דער מסך שער החצר צוזאמען מיט אלע אנדערע כלים און שטריקלעך וואס זענען באנוצט געווארן פאר די קלעים. דאס אלעס האבן געטראגן נאר די מענער אין עלטער פון צווישן דרייסיג און פופציג יאר, וועלכע האבן באטראפן 2630 מענטשן[14]. דער פאראנטווארטליכער איבער זייער לאסט איז געווען איתמר הכהן דער זון פון אהרן הכהן, וואס איז אויך געווען געשטעלט איבער די בני מררי.

אנדערש ווי די בני קהת וועלכע האבן געטראגן די כלי המשכן איבער זייערע אקסלען, האבן זיי זיך באנוצט מיט וואגאנען. זיי האבן באקומען צוגעטיילט צוויי פון די זעקס וואגאנען - געצויגן דורך צוועלף אקסן - וואס די נשיאים האבן געברענגט ביי די קרבנות הנשיאים[15]; די איבריגע פיר וואגאנען זענען געגאנגען צו די בני מררי, וועלכע האבן געטראגן א שווערערע לאסט[16].

די בני גרשון זענען געווען באזונדער אויסגעצייכנט אין געזאנג, מער ווי די אנדערע לויים[17]. רבי אברהם אבן עזרא דערמאנט אז די בני גרשון האבן אויך געמאכט דעם לחם הפנים אין מדבר[18].

ווען די אידן האבן גערוהט אין מדבר זענען די בני גרשון געווען אויף די מערב זייט פון משכן, אין זעלבן ריכטונג פון דגל מחנה אפרים[19]. ביי די מסעות זענען זיי געגאנגען צוזאמען מיט די בני מררי טראגנדיג דעם משכן, נאך דגל מחנה יהודה און בעפאר דגל מחנה ראובן[20].

ביים צעטיילן ארץ ישראל, האבן די בני גרשון באקומען דרייצן שטעט, אינערהאלב די נחלות פון חצי שבט המנשה אין עבר הירדן, און פון יששכר און אשר און נפתלי אין ארץ ישראל זעלבסט[21]. דאס האט זיי געשטעלט ביים צפון שפיץ פון ביידע זייטן פון ירדן.

אין די שפעטערע דורות, ווערט דערמאנט הונדערט און דרייסיג פון די בני גרשון וועלכע האבן ארויפגעברענגט דעם ארון הברית קיין ירושלים[22]. אן אייניקל פון גרשון, אסף בן ברכיהו, איז געווען א משורר אין די צייטן פון דוד המלך[23]. די בני גרשון ווערן אויסגערעכנט צווישן די לויים וועלכע האבן גערייניגט דעם בית המקדש אויפן באפעל פון חזקיהו[24].

ליינט מער

רעפערענצן

  1. אזוי ווערט ער אנגערופן אין ספר דברי הימים א', קאַפּיטל ו', אזוי אויך אין צוואות השבטים, פרק י"א–י"ב
  2. במדבר רבה, פרשה ג', פסקה י"ב
  3. רבי מנחם בן שלמה, שכל טוב, בראשית מו, יא
  4. צוואות השבטים, פרק י"א
  5. יהודה קיל, תנ"ך עם פירוש דעת מקרא, אויף בראשית מו, יא (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  6. אליה שמואל הרטום, הספרים החיצונים, כרך ה', צוואות בני יעקב, עמ' 142
  7. יונה גרינפילד און מיכאל סטון, "Remarks on the Aramaic Testament of Levi from the Geniza", Revue Biblique 86, 2, 1979, עמ' 225‏, JSTOR 44088465
  8. ספר היובלים פרק ו'
  9. יונתן בן-דב, "השנה בת 364 יום במסופוטמיה ובקומראן", מגילות א', ה'תשס"ג‏, JSTOR 23437816
  10. רמב"ן, שמות ו, יד
  11. רמב"ן, במדבר כו, נח
  12. במדבר ג, כב
  13. במדבר ג, כד
  14. במדבר ד, מ
  15. במדבר ז, ז
  16. במדבר ז, ח
  17. העמק דבר, במדבר ד, כג
  18. אבן עזרא, במדבר ג, כד. שפעטער איז דאס געווען די אויפגאבע פון די בני קהת (דברי הימים א' ט, לב)
  19. במדבר ג, כג; ב, יח
  20. במדבר י, יד–יח
  21. יהושע כא, כז; דברי הימים א' ו, מז
  22. דברי הימים א' טו, ו
  23. דברי הימים א' ו, כד
  24. דברי הימים ב' כט, יב