אלעזר הכהן
געבורט | מצרים | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
פטירה |
ב'תקט"ז ארץ ישראל | ||||||
באגרעבעניש ארט |
קבר אלעזר בן אהרן הכהן, עוורתא 32°09′44″N 35°17′13″E / 32.162226°N 35.286887°E | ||||||
| |||||||
|
אֶלְעָזָר הכהן איז געווען דער דריטער זון פון אהרן הכהן און פלומעניק פון משה רבינו. ער האט געדינט דער צווייטער אלס כהן גדול, נאך זיין פאטער'ס פטירה.
לעבן
אלעזר איז דער זון פון אהרן און אלישבע בת עמינדב, א שוועסטער פון נחשון[1]. איבער דעם יאר פון זיין געבורט זענען פארהאן עטליכע דעות; לויט'ן מדרש פאר ב'תי"ט, און לויט'ן זוהר נאך ב'תכ"ט[א]. לויט איין מקור, איז ער געווען א צווילינג מיט זיין יונגערער ברודער איתמר[4].
לויט איין מיינונג אין חז"ל איז ער געווען אן איידעם ביי יתרו און שוואגער פון משה רבינו[5], און לויט אַן אַנדער מיינונג, איז ער געווען אַן איידעם ביי אפשטאמיגע פון יתרו וואָס האבן אויך געשטאמט פון יוסף[6]. אנדערע מפרשים טייטשן אז ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון פוטיאל, וועלכער איז געווען א באקאנטער איד אין זיין דור[7].
זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען געווען נדב און אביהוא, וועלכע זענען ארויפגערופן געווארן צום הר סיני ארום די טעג פון מתן תורה[8]. לויט רבי יצחק אברבנאל איז אויך אלעזר ארויפגערופן געווארן צוזאמען מיט זיין יונגערער ברודער איתמר, אין כלל פון די זיבעציג זקנים[9]. אלעזר ווערט דערמאנט צווישן די צען צדיקים וואס משה רבינו האט אויסגערעכנט, צו בעטן אז השי"ת זאל מוחל זיין דעם חטא העגל אין זייער זכות[10].
זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען אומגעקומען אין טאג פון חנוכת המשכן, "בהקריבם אש זרה לפני ה'"[11], דאן איז געבליבן מיט אים נאר זיין יונגערער ברודער איתמר וואס האט געדינט אלס כהן. בשעת זיין פאטער'ס לעבן, האט אלעזר געדינט ווי דער "נשיא נשיאי הלוי", דער הויפט פאראנטווארטליכער אויף די "שומרי משמרת הקודש"[12] און אויף די כלים פונעם משכן ביים אריבערפירן דעם משכן פון איין פלאץ צום אנדערן, און מיט דעם איז ער געווען דער ערשטער אמרכל[13]. ער האט אויך געמאכט די ערשטע פרה אדומה אין מדבר[14]. ווען זיי האבן געלערנט תורה פון משה רבינו, איז אלעזר געזעסן רעכטס פון משה, און איתמר לינקס פון אהרן[15].
ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן, איז אלעזר געווארן אויפגענומען אלס כהן גדול אויף זיין ארט[16]. ער ווערט פון דאן דערמאנט אין עטליכע וויכטיגע פאסירונגען: צוזאמען מיט משה האט ער געציילט די אידן אויף די פלוין פון מואב ביי דעם ברעג פון ירדן[17]; ער איז געווען נעבן משה ווען די בנות צלפחד האבן פארגעשטעלט זייער פראגע[18]; ביי מלחמת מדין ווערט אויך איבערגעגעבן דורך אים "חוקת התורה" פאר אידן[19]; און, צוזאמען מיט יהושע, איז ער געווען אין שפיץ פון די געשטעלטע איינצוטיילן ארץ ישראל[20].
דער אויבערשטער האט באפוילן משה ער זאל אויפנעמען יהושע אלס זיין נאכפאלגער פארנט פון אלעזר, און אז יהושע זאל זיך, דורכאויס זיין פירערשאפט, שטעלן פאר אלעזר אים צו פרעגן "במשפט האורים"[21].
אלעזר איז נפטר געווארן אין זעלבן יאר ווי יהושע בן נון[22], ב'תקט"ז[ב], נאך וואס ער האט געשריבן די לעצטע פסוקים אין ספר יהושע[23], און זיין זון פינחס האט אים איבער גענומען אין די ראלע פון כהן גדול. די כהונה גדולה איז געבליבן ביי די אפשטאמיגע פון אלעזר, ביז צו די צייטן פון עלי הכהן וועלכער האט געשטאמט פון איתמר[24], און איז צוריקגעקומען אין די צייטן פון צדוק, ווען אביתר איז פארטריבן געווארן דורך שלמה המלך[25]. אויך עזרא הסופר האט געשטאמט פון אלעזר[26]. 16 פון די 24 משמרות כהונה זענען געווען פון די בני אלעזר[27].
קבר
סוף ספר יהושע שטייט אז אלעזר איז באערדיגט געווארן אין "גבעת פינחס בנו – דאס בערגל פון פינחס זיין זון – אין הר אפרים"[28]. דער מלבי"ם ערקלערט אז די בני יוסף האבן געוואלט באגראבן אלעזר הכהן אין זייער נחלה. און אין דער צייט פון זיין פטירה האבן זיי באשטימט גבעת פינחס אלס א "שדה חרם" (וואס ווערט געגעבן פאר דעם כהן וואס דאן איז זיין משמר) בשעת די משמרת פון פינחס, אזוי וועט זיין פאטער ווערן באגראבן אין זייער נחלה[29].
לויט געוויסע אידישע און, להבדיל, שומרונ'ישע און אראבישע מסורות איז גבעת פינחס אין אראבישן דערפל עוורתא, פון דרום-מזרח צו שכם. די ערשטער עדות איבער דעם פלאץ, איז איבערגעגעבן געווארן דורך רבי יעקב השליח (א תלמיד פון רבי יחיאל פון פאריז) וואס האט באזוכט דארט אין ד'תתקצ"ה: "וכפר עוורתא לשמאל העולה לירושלים… הוא קבר אלעזר בן אהרן הכהן והוא בנין מפואר מאוד"[30]. רבי אשתורי הפרחי (אנהייב אלף השישי) שרייבט אז דאס איז גראד מזרח פון שכם[31].
אין 1838 האט אלעזר הלוי פון שכם אנגעשריבן א דעטאלירטע באשרייבונג פונעם פּלאץ. אין זיין שילדערונג זאגט ער, אז ער האט באזוכט די קברים פון פינחס, אלעזר און איתמר אין עוורתא, און די שומרונים היטן די קברים נאכפאלגנדיג א גזירת גירוש וואס איבראהים פאשא, וועלכער האט זיי באטראכט אלס געצנדינער, האט אויף זיי ארויפגעלייגט, און זיי האבן געמאכט א נדר צו באפוצן די קברים און די גזירה איז אוועק[32].
פילע גייען ארויף צום אנגעצייכנטן ארט אין היינטצייטיגן עוורתא אין א' אב, צום יארצייט פון זיין טאטן אהרן הכהן[33], און מיליטערישע קרעפטן טוען דאן באַוואכן דעם אָרט[34].
דער קבר איז עטליכע מאל במשך די יארן וואנדאליזירט געווארן מיט'ן אונטערצינדן און אראבישע גראפיטי[35]. אין אדר ה'תשע"ב איז דער קבר צוויי מאל נאכאנאנד וואנדאליזירט געווארן מיט אויפשריפטן וואס האבן געלויבט די רוצחים פון די איתמר אטאקע (העב') וואו די פויגל פאמיליע איז אומגעקומען[36].
זעט אויך
- משפחה בוים פון תנ"ך פערזענליכקייטן - פון תרח ביז שלמה.
צו ליינען מער
- ישראל דנדרוביץ, "בני אהרן הנותרים", קובץ פעמי יעקב סה-סו, כסלו תשס"ח, זייטן קה-קי, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
נאטיצן
- ↑ לויט דער מדרש איז ער געווען דרייסיג יאר אדער מער בשעת די גזירה פון די מרגלים[2]; לויט דעם איז ער געבוירן נישט שפעטער ווי ב'תי"ט. לויט דער זוהר איז ער געווען ווייניגער ווי צוואנציג יאר אין יענע צייט[3]; וואס לויט דעם איז ער געבוירן שפעטער ווי ב'תכ"ט.
- ↑ לויט'ן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי זענען געענדיגט, און נישט ווען זיי הייבן זיך אן, דארף מען מעגליך צולייגן נאך א יאר צום חשבון. איבער דעם ספק, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
רעפערענצן
- ↑ שמות ו, כג
- ↑ במדבר רבה, פרשה ג', פסקה ז'
- ↑ ספר הזוהר, פרשת אחרי מות; זעט מגלה עמוקות, פרשת ואתחנן אופן צ'.
- ↑ רבי מאיר טענענבוים, אמרי מאיר, דרוש כ"ט, בשם בעל נהרי אפרסמון
- ↑ שמות ו, כה. זעט אין רש"י, סנהדרין פב, ב, ד"ה אבי אמו
- ↑ בבא בתרא קי, א
- ↑ ראב"ע, שמות ו, כה; רמב"ן, שמות ו, כג, אין צווייטן פשט
- ↑ שמות כד, א. זעט דארט אין די מפרשים אז דאס איז געווען אין די שלשת ימי הגבלה (רש"י), אדער אין טאג פון מתן תורה נאך דעם מעמד הר סיני (ראב"ע)
- ↑ אברבנאל, שמות כד. דער בעל הטורים שרייבט דארט אבער אז אלעזר און איתמר זענען נישט ארויפגעקומען
- ↑ שמות רבה, פרשה מ"ד, פסקה ו'
- ↑ ויקרא י, א; במדבר ג, ד
- ↑ במדבר ג, לב
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק י', הלכה ג'.
- ↑ במדבר יט, א–ד
- ↑ עירובין נד, ב
- ↑ במדבר כ, כה–כח; דברים י, ו
- ↑ במדבר כו, א–ג
- ↑ במדבר כז, ב
- ↑ במדבר לא, כא
- ↑ במדבר לב, כח; במדבר לד, יז; יהושע יד, א
- ↑ במדבר כז, יח–כב
- ↑ סדר הדורות שנת ב"א תקט"ז
- ↑ בבא בתרא טו, א
- ↑ רש"י, שמואל א' ב, ל
- ↑ זעט: שמואל א' ב, ל–לו; מלכים א' ב, כו–כז
- ↑ עזרא א, ה
- ↑ דברי הימים א' כד, ג–ו
- ↑ יהושע כד, לג; זעט יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ספר ה, פרק א
- ↑ מלבי"ם, יהושע כד, לב
- ↑ געדרוקט אין יהודה דוד אייזנשטין, אוצר מסעות, עמ' 66
- ↑ אשתורי בן משה הפרחי, כפתור ופרח ב, פרק י"א, ביהמ"ד להלכה בהתישבות, תשס"ז, עמ' סז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ בריוו פון ד"ר אלעזר הלוי משכם, מובא במרדכי אהרן גינצבורג, "השומרונים (על פי מכתבי המסע של הד"ר אלעזר הלוי)" אין פרויקט בן-יהודה
- ↑ אורנית עצר, מאות עלו לקבר אלעזר הכהן בכפר עוורתא, אויף ערוץ 7, יולי 20, 2012
- ↑ אפרים מורנו, הילולת "שבעים הזקנים" בעוורתא, אויף ערוץ 7, יאנואר 31, 2012
- ↑ נח זבולוני, חולל קבר אלעזר בן-אהרן - הכהן הגדול הראשון של בני ישראל, דבר, מאי 22, 1992;
חדשות 2, הושחת קבר אלעזר הכהן בשומרון, אויפ'ן מאקו וועבזייטל, 31 אקטאבער 2011;
חולל קבר אלעזר בן אהרן הכהן בעווארתא, אויף כל הזמן, יאנואר 23, 2016 - ↑ אלי בן דוד, המתפללים נכנסו לעוורתא והזדעזעו: הלל ושבח לרוצח משפחת פוגל, אויף JDN, פעברואר 1, 2012 (העברעאיש);
שלמה פיוטרקובסקי, כתובות נאצה רוססו על קבר אלעזר בן אהרון, אויף ערוץ 7, פעברואר 12, 2012
ספר יהושע | ||
---|---|---|
אריינקום אין ארץ ישראל | מעבר הירדן • שליחת המרגלים ליריחו • ברית המילה בגלגל • מפגש יהושע עם המלאך | |
כיבוש הארץ | מלחמת יריחו • מלחמת העי הראשונה • מעל עכן וענישתו • מלחמת העי השנייה • מעמד הר גריזים והר עיבל • דער בונד מיט די גבעונים • מלחמת מלכי הדרום • שמש בגבעון דום • מלחמת מלכי הצפון | |
חלוקת הארץ לשבטים | נחלת שבט ראובן • נחלת שבט גד • נחלת שבט יהודה • נחלת שבט מנשה • נחלת שבט אפרים • נחלת שבט בנימין • נחלת שבט שמעון • נחלת שבט זבולון • נחלת שבט יששכר • נחלת שבט אשר • נחלת שבט נפתלי • נחלת שבט דן • ערי הלויים • ערי המקלט | |
אויספיר פון ספר יהושע | מזבח ראובן וגד • נאום יהושע • דער בונד אין שכם | |
פערזאנען אין ספר יהושע | יהושע בן נון • רחב • עכן בן כרמי • אדוני צדק • הוהם מלך חברון • דביר מלך עגלון • יפיע מלך לכיש • פראם מלך ירמות • הורם מלך גזר • יבין מלך חצור • כלב בן יפונה • אלעזר הכהן • עתניאל בן קנז • עכסה • אדני בזק |