רוי:פסח שני

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פסח שני געפאלט אום י"ד אייר, און איז דער טאג ווען די תורה האט געגעבן א צווייטע געלעגנהייט צו ברענגען א קרבן פסח פאר די וואס האבן נישט עספיעט צו ברענגען דעם קרבן אין י"ד ניסן (ערב פסח) פון יענעם יאר, צוליב דעם וואס זיי זענען געווען טמא אדער ווייל זיי זענען געווען ווייט פונעם מקום המקדש.

אין משנה[1] ווערט דער טאג גערופן פסח קטן.

היינט איז דער מנהג אז פסח שני זאגט מען נישט קיין תחנון, אין רוב ערטער סיי ביי שחרית סיי ביי מנחה. אין טייל ערטער זאגט מען יא תחנון ביי שחרית, אבער נישט ביי מנחה - וואס איז די צייט פון ברענגען דעם קרבן פסח.


רעפערענצן

  1. חלה (פרק ד' משנה י"א) און ראש השנה (פרק א' משנה ג')
Scroll 2 (PSF).png דער ארטיקל בנוגע אידישקייט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!