רוי:משמרות כהונה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

משמרות כהונה זענען געווען גרופעס פון כהנים, וועלכע האבן געדינט אין בית המקדש לויט א ראטאציע פון וואכן.

די משמרות

אין דער צייט פון בית המקדש זענען די כהנים געווען איינגעטיילט אין משפחות-אפטיילונגען, און יעדע אפטיילונג האט געהייסן א "משמר", פון פסוק "משמרות לכהנים"[1]. די גמרא זאגט[2], אז אין דער צייט פון משה רבנו זענען געווארן נאר אכט משמרות, און דוד המלך האט איינגעטיילט די כהנים אין 24 משמרות.

יעדער משמר האט געהייסן לויט זיין ערשטן משפחה-פאטער, ווי "יהויריב", "ידעיה" און אזוי ווייטער[3], און יעדער משמר פון די כהנים האט געדינט א וואך אין בית המקדש. עס איז צו באמערקן אז אין איינער פון די אלטע קינות צו תשעה באב, "איכה ישבה בדד חבצלת השרון", ווערן אויסגערעכנט די משפחות-נעמען פון די כהנים-משמרות צוזאמען מיט נעמען פון שטעט אין ארץ-ישראל, וואו זיי האבן געוואוינט. שלמה יהודה ראפאפארט ווייזט אן[4], אז עס איז געווען אמאל א ברייתא פון די כ"ד משמרות.

אנדערע באדייטן

אין די ישיבות אין ליטע און פוילן פלעגן די בחורים אויפזיין נעכט, געווענליך ליל ששי, און לערנען, און מען האט דאס גערופן "אויפזיין א משמר". דער אויסדרוק "משמר" פאר א טייל פון דער נאכט איז פארהאן אין גמרא[5].

רעפערענצן

  1. נחמיה יג
  2. תענית כז
  3. אויסגערעכנט אין דברי הימים א' כד
  4. "ערך מילין", ווארשע אויסגאבע, זוך-ווארט "משמרות"
  5. ברכות ג
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!