רוי:אברבנאל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דון יצחק בן ר’ דוד יהודה איז געבוירן געווארן אין ליסאַבאָן אין דעם יאר 1437. זיין פאטער איז געווען פינאנץ מיניסטער ביי דעם קעניג פון פּארטוגאל. שוין אין זיין פריעסטער יוגנט האט ער געוויזן גרויסע גייסטיגע פעאיגקייטן. ער האט געלערנט ביי די גרעסטע געלערנטע אין זיין צייט. אבער זיין הויפּט רבי איז געווען ר’ יוסף ב"ר אברהם חיון. ער איז געווען גוט באקאנט מיט די פילאזאפישע ווערק וועלכע זענען געווען באוויסט אין זיין צייט.

שוין אין זיין פריער יוגנט האָט ער פארפאסט זיין "עטרת זקנים". שפּעטער האט ער געשריבן זיין "מרכבת המשנה", א פּירוש אויפן חומש דברים וועלכער ווערט אנגערופן משנה תורה. אבער צוליב מסחר אנגעלעגנהייטן, און דורך דעם וואס דער קעניג אַלפאָנז דער פינפטער האט אים באשטימט אלס פינאנץ מיניסטער, האט ער געמוזט אויפגעבן זיין ליטערארישע ארבעט. זיין רייכקייט און זיין הויכע רעגירונג שטעלע האבן אים נישט געמאכט פארגעסן זיינע געיאגטע און געפּלאגטע ברידער און שוועסטערס. ווען דער קעניג אַלפאָנז האט איינגענומען די שטאָט אַסילאַ (أصيلة) אין מאראקא, און צווישן די געפאנגענע האבן זיך געפונען צוויי הונדערט און פופציג אידן, האט דון יצחק באשטימט צוועלף מענטשן וועלכע זאלן זאמלען געלט פאר "פּדיון שבויים", אויסלייזן די געפאנגענע אידן. ער אליין האט זיי אויסגעהאלטן א צוויי יאר ביז זיי האבן זיך אויסגעלערנט די שפּראך פון דעם לאנד, און האבן אליין געקענט פארדינען זייער פּרנסה.

אין דעם יאר 1483 האבן זיך אנגעהויבן ביטערע צייטן פאר דון יצחק’ן. דער קעניג יאָהאַן האט געהאסט זיין פאטער'ס אידישע באאמטע. ער האט אויסגעטראכט א בלבול אז די אידן און דון יצחק ווילן פאראטן אים און זיין לאנד צום קעניג פון שפּאניע. ווען דון יצחק איז געוואר געווארן אז דער קעניג וויל אים הרג’ענען, איז ער אנטלאפן קיין טאָלידאָ. ער האט געשיקט פון דארט א בריוו צום קעניג צו באווייזן זיין אומשולדיגקייט. אבער דער קעניג האט אים איגנארירט, און ער האט קאנפיסקירט זיין גאנץ פארמעגן.

אברבנאל האט אנגעהויבן צו שרייבן זיין פּירוש אויף תנ"ך. אין פארלויף פון א האלב יאר האט ער פארפאסט זיין פּירוש אויף יהושע, שופטים, שמואל. דערווייל האט דער קעניג פערדינאַנד אים באשטימט אלס פינאנץ מיניסטער. אין דעם יאר 1492 איז ארויס די ביטערע גזרה אז די אידן מוזן פארלאזן שפּאניע. אברבנאל’ס בקשות און זיין גרייטקייט צו געבן דעם קעניג וויפיל געלט ער וויל, האט נישט געהאלפן, ווייל דער קעניגין איזאַבעלאַ’ס האס צו אידן האט געזיגט, און אברבנאל מיט אלע אנדערע אידן האבן געמוזט פארלאזן שפּאניע.

קומענדיג קיין נעאַפּל האט דער קעניג פערדינאנד דער ערשטער באשטימט אברבנאל’ן אלס זיין ראטגעבער, און ער איז געווארן אויך זיין נאכפאלגער'ס עצה געבער. אבער ווען דער פראנצויזישער קעניג קאַרל דער אכטער האט איינגענומען נעאַפּל, האט דער קעניג אַלפאָנז דער צווייטער געמוזט אנטלויפן. דער געטרייער אברבנאל איז אנטלאפן מיט אים. די פראנצויזן האבן קאנפיסקירט זיין גאנץ פארמעגן. ער האט געלעבט אין ארימקייט אין סיציליע, אין קאָרפו. ער וואנדערט ווייטער, באזעצט זיך אינעם יאר 1503 אין ווענעציע, און ער גלייכט אויס דארט א האנדל סכסוך צווישן די ווענעציער מיטן קעניג פון פּארטוגאל.

אברבנאל האט זיך ווידער געווידמעט זיין ליטערארישער טעטיגקייט. ער איז דער מחבר פון:

  • עטרת זקנים אויפן פּסוק "הנה אנכי שולח לך מלאך",
  • זבח פּסח אויף דער פּסח הגדה,
  • ימות עולם וועגן אַלע גזרות און פארפאלגונגען פון אדם הראשון’ען ביז זיין צייט,
  • ישועות משיחו, ענטהאלט אלע מאמרי חז"ל וועגן משיח’ן און וועגן דער גאולה,
  • להקת הנביאים וועגן נבואה,
  • מפעלות אלקים וועגן דעם וועלט באשאף,
  • מרכבת המשנה אויפן חומש דברים, און נאך.

אבער גאר באוויסט זענען זיינע פּירושים אויפן תנ"ך און אויפן רמב"ם’ס מורה נבוכים, און זיין "נחלת אבות" אויף פּרקי אבות. מאנכע פון זיינע שריפטן זענען איבערזעצט אין אנדערע שפּראכן. און אויך ער האט איבערזעצט פון אנדערע שפּראַכן.

אברבנאל איז נפטר געווארן אין דעם יאר 1508, אין עלטער פון איין און זיבעציג יאר. די אידן האבן זייער געטרויערט אויף זייער גרויסן פארלוסט. אפילו די הארן און די אדעליגע פון ווענעציע האבן זיך באטייליגט אין זיין לויה. זיינע קינדער האבן אים געבראכט קיין פּאַדובא וואו ער איז באערדיגט געווארן. א יאר שפּעטער, אין 1509, האט דער שונא באלאגערט די שטאט, פארניכטעט דעם בית הקברות, און מען ווייסט נישט מער וואו זיין קבר געפינט זיך.

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל