רוי:פרה אדומה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א פרה אדומה איז א רויטע קו, איז אן ענין אין אידישקייט. מען ניצט די אש פון דער קו געמישט מיט קוואל וואסער מטהר צו זיין מענטשן און כלים וואס זענען געווארן טמא פון א מת. די פרה אדומה מוז זיין א ריין רויטע קו, מיט נאר רויטע האר, וואס האט קיינמאל נישט געטראג קיין יאך.

סדר הדברים

ווען א מענטש אדער א מעטאלע כלי רירט אן, אדער געפינט זיך אינעם זעלבן אוהל (שטוב) מיט א קערפער פון א א טויטן מענטש, ווערט דער מענטש אדער די כלי טמא מת. אזא מענטש טאר נישט עסן תרומה (אויב ער איז א כהן) אדער מעשר שני אדער קדשים, אזוי אויך טאר ער נישט אריינגיין אין דער עזרה פונעם בית המקדש. דער מענטש אדער דער כלי קען נאר ווערן טהור אז מען שפריצט אויף אים, דעם דריטן און דעם זיבעטן טאג, פונעם אש פון דער פרה אדומה. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק אין פרשת חוקת: ("וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ פָרָה אֲדֻמָּה תְּמִימָה אֲשֶׁר אֵין-בָּהּ מוּם, אֲשֶׁר לֹא-עָלָה עָלֶיהָ, עֹל" -ויקרא י"ט, ב'); ("הַנֹּגֵעַ בְּמֵת, לְכָל-נֶפֶשׁ אָדָם וְטָמֵא ... הוּא יִתְחַטָּא-בוֹ" - במדבר י"ט, י"א). דערנאך מוז מען זיך טובל'ן אין א מקוה.

א קו איז נאר כשר אויף דעם צוועק ווען:

  • זי איז אינגאנצן רויט. טאמער זי האט צוויי שווארצע האר איז זי פסול.
  • לא עלה עליה עול. ד.ה. אויב ס'איז אמאל ארויפגעגאנגען אויף איר א יאך, קען מען זי נישט ניצן פאר א פרה אדומה. אויף דעם איז דא געוויסע סימנים (הארן אויפן רוקן פון דער בהמה, וואס ווערן איינגעבויגן נאכדעם וואס זי האט געטראגן א יאך).
  • גאנץ אן א פעלער.

וואו פארברענט מען די קו

די קו דארף מען שעכטן און פארברענען אויף הר הזיתים אין אן ארט וואו מ'קען אריינקוקן אין בית המקדש.


מקורות

די משניות אין מסכת פרה רעדן אדורך די אלע פרטים פון די דינים, ווי אויך הלכות פרה אדומה אין רמב"ם.

דמא בן נתינה

חז"ל ברענגען א מעשה וועגן דמא בן נתינה, א גוי וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין בכיבוד אב, און האט נישט געוואלט פארקויפן פאר די חכמים א שטיין וואס האט אויסגעפעלט צום חושן (איינער פון די בגדי כהונה אינעם בית המקדש), ווייל ער וואלט געהאט געדארפט אויפוועקן זיין פאטער פון שלאף. א צייט שפעטער האט ער זוכה געווען אז ס'איז ביי אים געבוירן געווארן א פרה אדומה, וואס ער האט פארקויפט צו די חכמים פאר א פארמעגן געלט.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!