פרשת פינחס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg פינחס Arrow l.svg
פסוקים במדבר כה, י - ל, א
צאל פסוקים 168 (2'טע)
צאל ווערטער 1887 (9'טע)
צאל אותיות 7853 (4'טע)
אינהאלט שכר פון פינחס, באפעל צו מלחמה האלטן מיט די מדיינים; ציילונג און צעטיילונג פון ארץ ישראל; בנות צלפחד; קרוינונג פון יהושע בן נון צו איבערנעמען משה רבינו; קרבן תמיד און מוספים
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (6)  לא תעשה (0)
ירושה; קרבן תמיד; מוסף פון שבת, ראש חודש און שבועות; תקיעת שופר
הפטורה
מלכים א' יח, מו - יט, כא
דריי וואכן ירמיהו א, א - ב, ג

פרשת פִּינְחָס איז די אכטע סדרה פון ספר במדבר, און די 41'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"ה, פסוק י', ביז קאַפּיטל ל', פסוק א', לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 168 פסוקים און 35 פרשיות - צען פתוחות און 25 סתומות.

אין דער פרשה ווערט איבערגעגעבן די שכר פון פינחס אויף זיין קנאות, און די באפעל צו מלחמה האלטן מיט די מדיינים; די ציילונג פון די אידן אין ערבות מואב, און די צעטיילונג פון די נחלות אין ארץ ישראל; די געשיכטע פון בנות צלפחד; און די קרוינונג פון יהושע בן נון צו איבערנעמען משה רבינו. דאן ווערט אויסגערעכנט די קרבן תמיד און די מוספים פון די ימים טובים.

פרשת פינחס ווערט געליינט צווישן די דאטומען י"ד און כ"ד תמוז. אין די פרשה ווערן אויסגערעכנט די מוספים פון די ימים טובים, און ווערט געליינט אום ראש חודש (כח, א–טו); און פאר מפטיר פון די ימים טובים: ערשטע טעג פסח (כח, טז–כה), און חול המועד און צווייטע טעג פסח (כח, יט–כה); שבועות (כח, כו–לא); ראש השנה (כט, א–ו); יום כיפור ביי שחרית (כט, ז–יא); ערשטע טעג סוכות (כט, יב–טז), און חול המועד יעדן טאג זיינע מוספים (צווישן כט, יז–לד), און צווייטע טעג סוכות (כט, לה - ל, א). די פרשה פון קרבן תמיד (כח, א–ח) ווערט געזאגט יעדן טאג אין "קרבנות" ביים דאווענען, שחרית און מנחה.

פרשה אינהאלט

אין פארזעצונג פון פאריגע פרשה - בלק, וואו פינחס האט גע'הרג'עט זמרי בן סלוא מיט כזבי בת צור און דערמיט איינגעשטילט גאט'ס צארן און אפגעשטעלט די מגיפה, האט דער אויבערשטער באלוינט פינחס מיט פרידן און כהונה[א]. גאט האט באפוילן צו פיינט האבן און מלחמה האלטן מיט די מדיינים אויף דאס וואס זיי האבן געשטרויכלט די אידן - א שלאכט וואס ווערט געשילדערט אין קומענדיגן פרשה - מטות[2].

קאפ־צאל פון די אידן אין ערבות מואב
שבט משפחות קאפ־צאל במדבר ציילונג טויש
ראובן חֲנוֹךְ; פַלּוּא
חֶצְרוֹן; כַרְמִי
43,730 46,500 2,770−
שמעון נְמוּאֵל; יָמִין; יָכִין
זֶרַח; שָׁאוּל
22,200 59,300 37,100−
גד צְפוֹן; חַגִּי; שׁוּנִי; אָזְנִי
עֵרִי; אֲרוֹד; אַרְאֵלִי
40,500 45,650 5,150−
יהודה (עֵר; אוֹנָן[3]); שֵׁלָה
פֶרֶץ>חֶצְרֹן, חָמוּל; זֶרַח
76,500 74,600 1,900+
יששכר תּוֹלָע; פֻוָה
יָשׁוּב; שִׁמְרוֹן
64,300 54,400 9,900+
זבולון סֶרֶד; אֵלוֹן; יַחְלְאֵל 60,500 57,400 3,100+
מנשה מָכִיר>גִּלְעָד>אִיעֵזֶר, חֵלֶק, אֲשְׂרִיאֵל
שֶׁכֶם, שְׁמִידָע, חֵפֶר>צְלָפְחָד
52,700 32,200 20,500+
אפרים שׁוּתֶלַח>עֵרָן; בֶכֶר; תַחַן 32,500 40,500 8,000−
בנימין בֶלַע; אַשְׁבֵּל; אַחִירָם
שְׁפוּפָם; חוּפָם; אַרְדּ; נַעֲמָן
45,600 35,400 10,200+
דן שׁוּחָם 64,400 62,700 1,700+
אשר יִמְנָה; יִשְׁוִי
בְרִיעָה>חֶבֶר, מַלְכִּיאֵל
53,400 41,500 11,900+
נפתלי יַחְצְאֵל; גּוּנִי; יֵצֶר; שִׁלֵּם 45,400 53,400 8,000−
סך הכל: 601,730 603,550 1,820−

נאכ'ן מגיפה האט גאט באפוילן משה און אלעזר צו ציילן די אידן אין ערבות מואב לויט די משפחות איידער זיי גייען אריין קיין ארץ ישראל, די פערציגסטע יאר אין מדבר; דאס איז געווען די צווייטע ציילונג אין מדבר, נאך די ערשטע אין מדבר סיני, די צווייטע יאר אין מדבר[4]. ביים יעצטיגן ציילונג איז נישט איבערגעבליבן קיינער פון די פריערדיגע ציילונג, נאך וואס זיי זענען אויסגעשטארבן דורכאויס די יארן אין מדבר צוליב די חטא המרגלים, אויסער כלב בן יפונה און יהושע בן נון. נאכ'ן ציילונג האט גאט באפוילן משה צו צעטיילן דאס לאנד מיט א גורל לויט די נעמען נארוואס געציילט, די גרויס געוואנדן אין משפחה'ס פאפולאציע.

דאן ווערט אויסגערעכנט די ציילונג פון לויים פון א חודש און עלטער, גרייכנדיג די צאל פון 32,000, אבער די לויים זענען נישט געווארן צוגעטיילט אן ארבטייל אין ארץ ישראל[5].

די טעכטער פון צלפחד, מַחְלָה, נֹעָה, חָגְלָה, מִלְכָּה, און תִרְצָה, זענען געקומען צו משה, און גע'טענה'ט אז זייער טאטע איז אוועק אנע זין, פארלאנגענדיג אן ארבטייל צו איבערלאזן א געדענקעניש צו זייער טאטע'ס נאמען. משה האט געברענגט זייער טענה צום אויבערשטן. גאט האט זיי געגעבן גערעכט, און באפוילן משה זיי צו געבן די ירושה, און איבערגעגעבן די דינים און סדר פון ירושה ווען א מענטש שטארבט אנע זין אדער קינדער בכלל, צו געבן די ירושה קודם פאר די טעכטער, אויב האט ער נישט קיין קינדער - צו זיינע ברידער, און דאן צום נענטסטן קרוב[6].

וַיֹּאמֶר ד' אֶל מֹשֶׁה עֲלֵה אֶל הַר הָעֲבָרִים הַזֶּה וּרְאֵה אֶת הָאָרֶץ אֲשֶׁר נָתַתִּי לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל: משה זעט דאס לאנד אויפ'ן הר נבו

גאט האט באפוילן משה ארויפצוגיין צום הר העברים און זען פון דארט דאס לאנד וואס ער געבט די אידן, און דאן וועט ער אוועקגיין פון די וועלט צוליב די חטא פון מי מריבה, און נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל. משה האט געבעטן דעם אויבערשטן צו שטעלן א פירער פאר כלל ישראל אויף זיין פלאץ, אויף וואס השי"ת האט אים באפוילן צו שטעלן יהושע בן נון אויף דעם אמט, און משה האט אזוי געטון[7].

גאט האט באפוילן משה צו איבערגעבן פאר די אידן די דינים פון קרבן תמיד, און די מוספים פון שבת און ימים טובים[8]. די קרבן תמיד באשטייט פון צוויי שאף, איין-יאר-אלט, איינס אינדערפרי און איינס נאכמיטאג; און א מנחה מיט א צענטל איפה מעל, א פערטל הין אויל, און א פערטל הין וויין. די צאל און סארט מוספים ווענדן זיך אינעם יום טוב:

צאל מוספים
חג פרים אילים כבשים שעיר
חטאת
שבת 0 0 2 0
ראש חודש 2 1 7 1
פסח 2 1 7 1
שבועות 2 1 7 1
ראש השנה 1 1 7 1
יום הכיפורים 1 1 7 1
סוכות – יום א' 13 2 14 1
סוכות – יום ב' 12 2 14 1
סוכות – יום ג' 11 2 14 1
סוכות – יום ד' 10 2 14 1
סוכות – יום ה' 9 2 14 1
סוכות – יום ו' 8 2 14 1
סוכות – יום ז' 7 2 14 1
שמיני עצרת 1 1 7 1

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[9] זענען פארהאן זעקס מצוות עשה אין דער פרשה:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 עשה דינים פון ירושה אִישׁ כִּי יָמוּת וּבֵן אֵין לוֹ וְהַעֲבַרְתֶּם אֶת נַחֲלָתוֹ לְבִתּוֹ וגו' (כז, ח–יא) יא יעדער
2 עשה קרבן תמיד צַו אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם אֶת קָרְבָּנִי לַחְמִי וגו' (כח, ב–ח) ניין כהנים, דער ציבור
3 עשה מוסף פון שבת וּבְיוֹם הַשַּׁבָּת שְׁנֵי כְבָשִׂים וגו' (כח, ט–י) ניין כהנים-מענער
4 עשה מוסף פון ראש חודש וּבְרָאשֵׁי חָדְשֵׁיכֶם תַּקְרִיבוּ עֹלָה לַד' וגו' (כח, יא–טו) ניין כהנים-מענער
5 עשה מוסף פון שבועות וּבְיוֹם הַבִּכּוּרִים בְּהַקְרִיבְכֶם מִנְחָה חֲדָשָׁה לַד' וגו' (כח, כו–לא) ניין כהנים-מענער
6 עשה בלאזן שופר אום ראש השנה יוֹם תְּרוּעָה יִהְיֶה לָכֶם (כט, א) יא מענער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין זיבן (אין א"י, אין חו"ל זעקס) אנדערע דאטומען:

הפטורה

די הפטורה פון פרשת פינחס איז אין ספר מלכים א', קאַפּיטל י"ח, פסוק מ"ו - קאַפּיטל י"ט, פסוק כ"א. אין די הפטורה ווערט געשילדערט די געשעענישן מיט אליהו הנביא נאכ'ן געשיכטע מיט די נביאי הבעל אויף הר הכרמל, ווי ער גייט צום בארג סיני און באקומט א נבואה, און זיין באגעגעניש מיט אלישע. די ראָמאַניאטן ליינען ביז פסוק ט"ז.

אין מערסטנס יארן געפאלט די פרשה נאך שבעה עשר בתמוז - אין בין המצרים[10], און מען ליינט די ערשטע פון די "תלת דפורענותא" הפטורות איבער די חורבן בית המקדש[11], אין ספר ירמיהו, קאַפּיטל א', פסוק א' - קאַפּיטל ב', פסוק ג' (ביי די תימנים ביז א, יט), וואו עס ווערט געשילדערט דאס הייליגן ירמיהו אלס נביא און עס ווערט פארגעזאגט זיינע נבואות איבער'ן חורבן בית המקדש.

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט

טייטש

  • "פרשת פינחס", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד, איבערזעצט אין אידיש דורך ח. ש. נײהױזען, א. הײמאן (חרל“פּ) און אנדערע.

פארברייטערונג

נאטיצן

  1. וויבאלד ער איז געווען געבוירן ביים זאלבן אהרן מיט זיינע קינדער - אבער צו אינג צו ווערן געזאלבט אלס כהן, איז ער נאר יעצט געווארן א כהן[1].

רעפערענצן

  1. רש"י, כה, יג, לויט זבחים קא, ב.
  2. קאַפּיטל כ"ה, פסוקים י'–י"ח.
  3. געשטארבן נאך אין כנען.
  4. ספר במדבר, קאַפּיטל א'.
  5. קאַפּיטל כ"ו.
  6. כז, א–יא.
  7. כז, יב–כג.
  8. כח, א-ל, א.
  9. ספר החינוך, מצוות תתה.
  10. אויסער אום השג און החא יארן (10.53%); און אין ארץ ישראל אויך אום בשז און גכז יארן (נאך 9.98%) אין וועלכע שבת געפאלט אין שבעה עשר - תענית נדחה, און מען ליינט די געהעריגע הפטורה.
  11. ביי די איטאליענער ליינט מען נאר איבער'ן חורבן אום שבת חזון.