כ"ד תמוז
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"ד תמוז איז דער פיר־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צענטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פיר־און־צוואנציגסטער טאג פונעם פערטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
השא זחא |
זונטאג | מטות-מסעי |
החא | זונטאג | מסעי |
בחג זחג זשג |
דינסטאג | מטות-מסעי |
השג | דינסטאג | מסעי |
בחה בשה גכה זשה |
דאנערשטאג | מטות-מסעי |
הכז | שבת | פינחס |
בשז גכז |
שבת | פינחס (אין חו"ל), מטות (אין א"י) |
חגים וזמנים
- בין המצרים
- לויט איין מקור, איז א סכנה אין דעם טאג צו מקיז זיין בלוט אדער ארויסלאזן א קינד אליינס אויף דער גאס[1]
- פורים דופצינא, צוליב וואס דער שלעכטער מיניסטאר פון שטאט איז געווארן אומגעברענגט, אין יאר ה'תקל"ט[2]
געשעענישן
- א'תרנ"ו – לויט איין שיטה, האט נח אין דעם טאג ארויסגעשיקט פון תיבה די טויב וועלכע האט זיך צוריקגעקערט מיט א בלעטל[3]
- ה'תש"ז – אצ"ל פארכאפט צוויי בריטישע סערזשאנטן, און הענגט זיי אין א וואלד נעבן נתניה
געבוירן
- ה'תרע"ו – רבי שלום סאפרין, אדמו"ר פון קאמארנא אין ירושלים (נפטר ה'תשנ"ח)
- ה'תר"פ – רבי לוי ראבינאוויטש, א רב און פוסק אין ירושלים, מחבר פון די סעריע הלכה ספרים "מעדני השלחן" (נפטר ה'תשע"ה)
- ה'תש"ד – רבי נסים הררי, ראש ישיבת החיד"א, און פון די רבנים פון בית וגן אין ירושלים
יארצייטן
- ה'ת"צ – יששכר בערענד לעהמאן, הויף איד פון אויגוסט דער צווייטער פון פוילן, און א בארימטער פילאנטראפ (געבוירן ה'תכ"א)
- ה'תרס"א – רבי אפרים צבי איינהארן, רב און ראש ישיבה אין אמסטוב (געבוירן ה'תרי"ד)
- ה'תרס"ב – רבי יעקב יוסף יאזעף, רב הכולל פון ניו יארק סיטי
- ה'תרצ"ד – מנחם מענדל בייליס, וועלכער איז געווען באשולדיגט אין אן עלילת דם
- ה'תש"א – רבי כמוס פלאח, רב פון בענגאזי, ליביע
- ה'תשי"ג – רבי יהושע בירדוגו, דער הויפט רב פון מאראקא (געבוירן ה'תרל"ח)
- ה'תשי"ג – רבי טוביה יהודה טביומי, א תלמיד פון דער אבני נזר, פון די פירער פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין מועצת גדולי התורה
- ה'תשס"ג – רבי יצחק קוליץ, רב הראשי פון ירושלים
- ה'תשע"א – רבי מרדכי דוד כהנא, אדמו"ר פון ספינקא-ירושלים
- ה'תשע"ז – רבי משה חיים שמערלער, רב פון "קהילת מחזיקי הדת" אין ציריך, שווייץ איבער פופציג יאר