פרשת קדושים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg קדושים Arrow l.svg
פסוקים ויקרא יט, א - כ, כז
צאל פסוקים 64 (49'סטע)
צאל ווערטער 868 (49'סטע)
צאל אותיות 3229 (49'סטע)
אינהאלט לאנגע ליסטע פון מצוות
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (13)  לא תעשה (38)
מורא פון עלטערן, איבערלאזן פאה, איבערלאזן לקט, איבערלאזן עוללות, איבערלאזן פרט, משפט'ן מיט צדק, תוכחה, אהבת חבירים, נטע רבעי, מורא מקדש, כבוד חכמים, הידור זקן, האבן פונקטליכע וואגן, בית דין - מיתת שריפה קערן צו אפגעטער, מאכן עבודה זרה, עסן נותר, נעמען פאה, לקט, עוללות, פרט, גניבה, לייקענען געלט און שווערן דערויף, שווערן פאלש, אונטערדרוקן, גזילה, איבערנעכטיגן אפצאל, שעלטן, שטרויכלן, פארדרייען א משפט, בעפארצוגן א חשוב'ן ביים דין, לשון הרע, לא תעמוד על דם רעך, פיינט האבן, פארשעמען, נקמה און נטירה, כלאי בהמה, כלאי זרעים, עסן ערלה, פרעסן און זויפן, ניחוש, עינון, שניידן פאות, שניידן די בארד, כתובת קעקע, מעשה אוב, מעשה ידעוני, נישט באקריוודען א צווייטן מיט מאָסן, שעלטן עלטערן, חוקת הגוי
הפטורה
רוב אשכנזים יחזקאל כב, א–טז
טייל אשכנזים עמוס ט, ז–טו
איטאליענער יחזקאל כ, א–כ
תימנים יחזקאל כ, א–טו
ספרדים און חב"ד יחזקאל כ, ב–כ

פרשת קְדשִׁים איז די זיבעטע סדרה פון ספר ויקרא, און די 30'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ט, פסוק א', ביז קאַפּיטל כ', פסוק כ"ז, לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 64 פסוקים און פיר פרשיות - דריי פתוחות און איין סתומה.

די פרשה הייבט זיך אן מיט א באפעל צו די אידן: "קְדֹשִׁים תִּהְיוּ כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי...", וואס פאלגט נאך מיט א לאנגע רייע מיט מצוות אין פארשידנארטיגע טעמעס.

פרשת קדושים ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ח ניסן און י"ג אייר (אין חו"ל). אין פשוט'ע יארן ליינט מען פרשת קדושים אינאיינעם מיט'ן פריערדיגן פרשה - אחרי[א], און אין עיבור יארן באזונדער. ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון אחרי און קדושים 144 פסוקים.

פרשה אינהאלט

נאכ'ן אויסרעכענען סוף פרשת אחרי די איסורי עריות פון וועלכע מען דארף זיך אפשיידן, הייבט די תורה אן פרשת קדושים מיט א באפעל "קְדֹשִׁים תִּהְיוּ", זיך אפצושיידן און זיין הייליג[1].

דאן ווערן דעטאלירט א לאנגע רייע מצוות - די מערסטע מצוות אין איין פרשה איבער פארשידענע נושאים, אנשטאט אויף איין ענין. די פרשה איז געזאגט געווארן מיט די באטייליגונג פון גאנץ כלל ישראל וויבאלד אין די פרשה איז דא פיל יסודות און גופי תורה[2].

די מצוות אין די פרשה רעכענען אריין די פאלגענדע קאטעגאריעס:

  • בין אדם למקום: איסורים פון עבודה זרה; היטן שבת; שווערן פאלש; איסורים פון כלאים און שעטנז.
  • בין אדם לחבירו: "ואהבת לרעך כמוך"; פארכטן די עלטערן; איסורים פון גנב'ן, ליגנט און רכילות; די חיוב פון מוסר-זאגן; איסורים פון נקמה און האלטן פיינטשאפט; מכבד זיין עלטערע, און די איסור פון שעלטן.
  • יוסטיץ און יושר: איסור פון איבערנעכטיגן באצאלונג פאר אן ארבעטער; נישט שטרויכלן א בלינדער; איסור צו נעמען כאבאר; ליב האבן א גר; נישט פאפּן מיט מאָסן און וואג ("מאזני צדק").
  • מורא מקדש און קרבנות: צייטן פון א קרבן; איסור פון פיגול.
  • מצוות התלויות בארץ: איסור ערלה; מתנות עניים (לקט, שכחה און פאה).
  • איסורים פון חוקות הגוי: איסורים פון אפשערן די עקן פון בארד און פאות, כתובת קעקע, זיך קערן צו אוב און ידעוני; איסור צו דינען דעם אפגאט מולך.

דאן גייט די תורה איבער די איסורים און עונשים פון עריות, געשריבן אין פרשת אחרי.

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[3] זענען פארהאן 51 מצוות אין דער פרשה:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 עשה מורא האבן פון די עלטערן אִישׁ אִמּוֹ וְאָבִיו תִּירָאוּ (יט, ג) יא יעדער
2 לאו זיך נישט קערן צו עבודה זרה אַל תִּפְנוּ אֶל הָאֱלִילִים (יט, ד) יא יעדער
3 לאו נישט מאכן אן עבודה זרה וֵאלֹהֵי מַסֵּכָה לֹא תַעֲשׂוּ לָכֶם (יט, ד) יא יעדער
4 לאו נישט עסן נותר ...וְאִם הֵאָכֹל יֵאָכֵל בַּיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי פִּגּוּל הוּא לֹא יֵרָצֶה וגו' (יט, ו–ח) ניין יעדער
5 עשה איבערלאזן פאה ביים עק פעלד [לֹא תְכַלֶּה פְּאַת שָׂדְךָ לִקְצֹר] ... לֶעָנִי וְלַגֵּר תַּעֲזֹב אֹתָם (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
6 לאו נישט נעמען פון די פאה לֹא תְכַלֶּה פְּאַת שָׂדְךָ (יט, ט) ניין יעדער (אין א"י)
7 עשה איבערלאזן לקט - די אראפגעפאלענע זאנגען [וְלֶקֶט קְצִירְךָ לֹא תְלַקֵּט] ... לֶעָנִי וְלַגֵּר תַּעֲזֹב אֹתָם (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
8 לאו נישט נעמען די לקט וְלֶקֶט קְצִירְךָ לֹא תְלַקֵּט (יט, ט) ניין יעדער (אין א"י)
9 עשה איבערלאזן עוללות (דעם עק) אין וויינגארטן [וְכַרְמְךָ לֹא תְעוֹלֵל] ... לֶעָנִי וְלַגֵּר תַּעֲזֹב אֹתָם (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
10 לאו נישט נעמען די עוללות וְכַרְמְךָ לֹא תְעוֹלֵל (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
11 עשה איבערלאזן פרט - די אראפגעפאלענע טרויבן [וּפֶרֶט כַּרְמְךָ לֹא תְלַקֵּט] לֶעָנִי וְלַגֵּר תַּעֲזֹב אֹתָם (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
12 לאו נישט נעמען די פרט וּפֶרֶט כַּרְמְךָ לֹא תְלַקֵּט (יט, י) ניין יעדער (אין א"י)
13 לאו נישט גנב'ען געלט לֹא תִּגְנֹבוּ (יט, יא) יא יעדער
14 לאו נישט לייקענען דאס האלטן געלט וְלֹא תְכַחֲשׁוּ (יט, יא) יא יעדער
15 לאו נישט שווערן פאלש אויף דאס האלטן געלט וְלֹא תְשַׁקְּרוּ (יט, יא) יא יעדער
16 לאו נישט שווערן פאלש (שבועת ביטוי) וְלֹא תִשָּׁבְעוּ בִשְׁמִי לַשָּׁקֶר (יט, יב) יא יעדער
17 לאו נישט אונטערדרוקן - האלטן א צווייטנס אייגנטום מיט פאפּעריי לֹא תַעֲשֹׁק (יט, יג) יא יעדער
18 לאו נישט גזל'ן וְלֹא תִגְזֹל (יט, יג) יא יעדער
19 לאו נישט איבערנעכטיגן די אפצאל פאר אן ארבעטער לֹא תָלִין פְּעֻלַּת שָׂכִיר אִתְּךָ עַד בֹּקֶר (יט, יג) יא יעדער
20 לאו נישט שעלטן א איד לֹא תְקַלֵּל חֵרֵשׁ (יט, יד) יא יעדער
21 לאו נישט שטרויכלן א איד מיט א שלעכטע עצה וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל (יט, יג) יא יעדער
22 לאו נישט פארדרייען דעם דין לֹא תַעֲשׂוּ עָוֶל בַּמִּשְׁפָּט (יט, טו) יא מענער-דיינים
23 לאו נישט מכבד זיין דעם חשוב'ן ביי דין תורה וְלֹא תֶהְדַּר פְּנֵי גָדוֹל (יט, טו) יא מענער-דיינים
24 עשה משפט'ן מיט יושר בְּצֶדֶק תִּשְׁפֹּט עֲמִיתֶךָ (יט, טו) יא מענער-דיינים
25 לאו נישט רעדן רכילות לֹא תֵלֵךְ רָכִיל (יט, טז) יא יעדער
26 לאו נישט לאזן א איד שטארבן לֹא תַעֲמֹד עַל דַּם רֵעֶךָ (יט, טז) יא יעדער
27 לאו נישט פיינט האבן א איד לֹא תִשְׂנָא אֶת אָחִיךָ בִּלְבָבֶךָ (יט, יז) יא יעדער
28 עשה זאגן מוסר הוֹכֵחַ תּוֹכִיחַ אֶת עֲמִיתֶךָ (יט, יז) יא יעדער
29 לאו נישט פארשעמען א איד וְלֹא תִשָּׂא עָלָיו חֵטְא (יט, יז) יא יעדער
30 לאו נישט טון נקמה לֹא תִקֹּם (יט, יח) יא יעדער
31 לאו נישט האלטן א פיינטשאפט אויף א איד וְלֹא תִטֹּר (יט, יח) יא יעדער
32 עשה אהבת ישראל וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ (יט, יח) יא יעדער
33 לאו כלאי בהמה - נישט פּארן א בהצה מיט א צווייטע מין בְּהֶמְתְּךָ לֹא תַרְבִּיעַ כִּלְאַיִם (יט, יט) יא יעדער
34 לאו כלאי זרעים - נישט פלאנצן צוויי סארטן פלאנצונגען שָׂדְךָ לֹא תִזְרַע כִּלְאָיִם (יט, יט) יא יעדער
35 לאו נישט עסן ערלה שָׁלֹשׁ שָׁנִים יִהְיֶה לָכֶם עֲרֵלִים לֹא יֵאָכֵל (יט, כג) יא יעדער
36 עשה נטע רבעי - עסן די שניט פון פערטע יאר אין ירושלים וּבַשָּׁנָה הָרְבִיעִת יִהְיֶה כָּל פִּרְיוֹ קֹדֶשׁ הִלּוּלִים לַה' (יט, כד) ניין יעדער (אין א"י)
37 לאו נישט פרעסן און זויפן לֹא תֹאכְלוּ עַל הַדָּם (יט, כו)[4] ניין מענער
38 לאו נישט מנחש זיין - נישט פאסן באשלוסן לויט סימנים לֹא תְנַחֲשׁוּ (יט, כו) יא יעדער
39 לאו לא תעוננו - נישט באשטימען מזל'דיגע צייטן[5] וְלֹא תְעוֹנֵנוּ (יט, כו) יא יעדער
40 לאו נישט שניידן די פאות (פון קאפ) לֹא תַקִּפוּ פְּאַת רֹאשְׁכֶם (יט, כו) יא מענער
41 לאו נישט שניידן די עקן (פאות) פון בארד וְלֹא תַשְׁחִית אֵת פְּאַת זְקָנֶךָ (יט, כו) יא מענער
42 לאו נישט מאכן א כתובת קעקע וּכְתֹבֶת קַעֲקַע לֹא תִתְּנוּ בָּכֶם (יט, כח) יא יעדער
43 עשה מורא האבן פון בית המקדש וּמִקְדָּשִׁי תִּירָאוּ (יט, ל) יא יעדער
44 לאו נישט טון "מעשה אוב" אַל תִּפְנוּ אֶל הָאֹבֹת (יט, לא) יא יעדער
45 לאו נישט טון "מעשה ידעוני" ...וְאֶל הַיִּדְּעֹנִים (יט, לא) יא יעדער
46 עשה מכבד זיין חכמים מִפְּנֵי שֵׂיבָה תָּקוּם (יט, לב) יא יעדער
47 לאו נישט באקריוודען א צווייטן מיט מאָסן לֹא תַעֲשׂוּ עָוֶל בַּמִּשְׁפָּט בַּמִּדָּה בַּמִּשְׁקָל וּבַמְּשׂוּרָה (יט, לה) יא יעדער
48 עשה אנרעכטן יושר'דיגע מאָסן מֹאזְנֵי צֶדֶק אַבְנֵי צֶדֶק אֵיפַת צֶדֶק וְהִין צֶדֶק יִהְיֶה לָכֶם (יט, לו) יא יעדער
49 לאו נישט שעלטן די עלטערן אִישׁ אִישׁ אֲשֶׁר יְקַלֵּל אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וגו' (כ, ט) יא יעדער
50 עשה אויספירן מיתת שריפה בָּאֵשׁ יִשְׂרְפוּ אֹתוֹ וְאֶתְהֶן (כ, יד) ניין מענער-בית דין
51 לאו נישט גיין אין די וועגן פון די גויים וְלֹא תֵלְכוּ בְּחֻקֹּת הַגּוֹי אֲשֶׁר אֲנִי מְשַׁלֵּחַ מִפְּנֵיכֶם (כ, כג) יא יעדער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין ניין אנדערע דאטומען:

אינאיינעם מיט פרשת אחרי:

באַזונדער:

הפטורה

די ספרדיש'ע, און די תימענ'ע, איטאליענער און חב"ד, ליינען די הפטורה פון פרשת קדושים אין ספר יחזקאל, קאַפּיטל כ'; די איטאליענער ליינען פסוקים א'–כ'; די תימענ'ע פסוקים א'–ט"ו[6]; ביי די ספרדים און חב"ד פסוקים ב'–כ'[7]. אין די הפטורה מוסר'ט יחזקאל די אידן פאר'ן נישט איינהאלטן די באפעלן וואס דער גאט האט זיי איבערגעגעבן נאך יציאת מצרים.

פיל אשכנזי'שע ליינען אין ספר יחזקאל, קאַפּיטל כ"ב, פסוקים א'–ט"ז - "הֲתִשְׁפֹּט הֲתִשְׁפֹּט" (די הפטורה פון די די נישט-אשכנזי'שע קהילות פאר פרשת אחרי)[ב]. רבי יחיאל מיכל טוקטשינסקי ברענגט אז דער מנהג אין ירושלים איז געווען צו ליינען אום אחרי "התשפט", און פאר קדושים הלא כבני כושיים[9], אבער עס איז ווארשיינליך אנטוויקלט געווארן דורך א טעות[10].

למעשה שטעלט זיך זעלטן אויס צו ליינען די הפטורה פון קדושים[11], וויבאלד אין פשוט'ע יארן ליינט מען די פרשה אינאיינעם מיט פרשת אחרי, און כאטש וואס מיר פסק'ען געווענליך ביי באהאפטענע פרשיות צו ליינען די הפטורה פונעם צווייטן[12], שרייבט דער מרדכי[13], אז ביי אחרי-קדושים זאל מען ליינען די הפטורה פון אחרי (הלא כבני כושיים), און דער רמ"א ברענגט אים אראפ און פסק'נט אזוי אויס[14][ג]. אין עיבור יארן, ווען מען ליינט יא די פרשה באזונדער, געפאלט עס אין זשה און בחה יארן אום ראש חודש אייר, און מען ליינט די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"; און אין ארץ ישראל, אין בשז און גכז יארן, געפאלט עס א טאג בעפאר ראש חודש, און מען ליינט די הפטורה "מחר חודש".

ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל ג', פסוק ד' - קאַפּיטל ה', פסוק י"ז.

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת קדושים", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.
  2. עס איז געווען אן אור-אלטע אשכנז'ישער מנהג מפטיר צו זיין פרשת אחרי "התשפט" אזוי ווי די ספרדים, און עס ווערט געברענגט אין פיל אשכנז'ישע כתבי יד. שפעטערע ראשונים האבן געשריבן אז עס א טעות, און די ריכטיגע הפטורה איז הלא כבני כושים, און אזוי איז איינגעפירט געווארן למעשה אין גאנץ אשכנז[8].
  3. דער טעם דערצו איז וויבאלד די הפטורה פון פרשת קדושים לויט מנהג אשכנז איז התשפט, וועלכע רעדט זיך איבער שטראף־רייד צו די אידן און אינעם גנות פון ירושלים, ענליך צו דער הפטורה פון "הודע את ירושלים", וועלכע רבי אליעזר אין דער משנה אסר'ט צו ליינען[15], און כאטש וואס די הלכה איז נישט ווי רבי אליעזר[16] האט מען זיך פארט צוריקגעהאלטן פון דאס ליינען. דער לבוש קריגט דערויף, און וויל לערנען אינעם מרדכי אז מען ליינט דווקא יא התשפט[17], אבער אויף למעשה האבן רוב פוסקים אנגענומען ווי דער רמ"א[18].

רעפערענצן

  1. ויקרא רבה, פרשה כ"ד, פסקה ו'; רש"י, ויקרא יט, ב
  2. ויקרא רבה, פרשה כ"ד, פסקה ה'
  3. ספר החינוך, מצוות ריברסב.
  4. סנהדרין סג, א.
  5. און אריינגערעכנט אינעם לאו איז מאכן אויג-פארבלענדנדע קינצן.
  6. משנה תורה להרמב"ם סדר התפילה ה׳, ד'.
  7. אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
  8. "מנהג הפטרות אחרי וקדושים", תורת הקורא 202, תשפ"ד.
  9. ניסן אהרן טוקצינסקי, ע"ד הפטרות אחרי וקדושים, תבונה 3, תש"ג, עמ' קל"ד.
  10. זעט אהרן נייוירטה, על הפטרת אחרי/קדושים הנדירה, אור ישראל ז', עמ' קנז; מאיר סטלביץ, ע"ד הפטרות אחרי וקדושים, תבונה 4, תש"ד, עמ' ט'-י'.
  11. אין ארץ ישראל ארום 16.33% יארן, אין חוץ לארץ ארום 26.31% יארן.
  12. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן רפ"ד, סעיף ז'.
  13. מרדכי, מגילה כט. ד"ה ר"ח ר"ח טבת שחל להיות בשבת כו'.
  14. רמ"א, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ח'; אזוי אויך אין מהרי"ל און רבי יצחק אייזיק טירנא, ספר המנהגים, אין הקדמה.
  15. מגילה כה.
  16. רי"ף מגילה טז, ב, רא"ש, מגילה כה, א.
  17. רבי מרדכי יפה, לבוש החור, סימן תצ"ג, סעיף ד' אין הגהה; סימן תכ"ח סעיף ח
  18. מגן אברהם בשם דער ב"ח און נאך. זעט אין מטה משה, סימן תנ"ד וואו ער קריגט אויפ'ן לבוש.