רוי:ג' אייר
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ג' אייר איז דער דריטער טאג פונעם אכטן חודש
אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער דריטער טאג פונעם צווייטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- די אכצנטע טאג אין ספירת העומר
- פורים שני ביי די אידן פון רוים, צוליב וואס זיי זענען געראטעוועט געווארן פון א בלוט בלבול וואס דער משומד חנניה דע פוליניו האט אויסגעטראכט אין יאר ה'שט"ו
- הילולא פון חוני המעגל, ביי זיין ציון מערב זייט פון חצור הגלילית
געשעענישן
- ה'תש"ג – ווארשעווער געטא אויפשטאנד: די נאציס האבן אריינגעבראכן אין הויפטקווארטיר פון די אידישע קאמף ארגאניזאציע. פילע פון די פירער פון אויפשטאנד, אריינגערעכנט דער קאמאנדיר מרדכי אניעלעוויטש, זענען באגאנגען זעלבסטמארד
- ה'תש"ח – מלחמת העצמאות: צפת ווערט באפרייט
געבוירן
- ה'תשט"ו – רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם, באבובער אדמו"ר
יארצייטן
- ד'תתקס"ג – רבי מנחם בן יעקב פון ווירמייזא, א פייטן און דיין אין ווארמס
- ה'תפ"ג – רבי ישראל ישעיה בן אברהם, דער מחבר פון דעם ערשטן "באר היטב"
- ה'תק"ה – רבי יהודה לייב פון פיסטין, פון די ערשטע תלמידים פון בעל שם טוב, פון די לומדים אין בראדער קלויז און א מגיד מישרים אין פיסטין און קאלאמיי
- ה'תקצ"ג – רבי אריה לייב צינץ, דער פלאצקער גאון, רב אין פלאצק און טשעכאנאוו, פוילן (געבוירן ה'תקכ"ח)
- ה'תרי"ג – רבי יצחק פרחי, א דיין, דרשן און שד"ר פון ישוב הישן אין ירושלים (געבוירן ה'תקל"ט)
- ה'תרע"ג – רבי זאב פיילכענפעלד, רב פון דיסלדארף און פויזן, פון די הויפט פירער פון ארטאדאקסיע אין דייטשלאנד, פון די גרינדער פון אגודת ישראל און מיטגליד פון מועצת גדולי התורה (געבוירן ה'תקפ"ז)
- ה'תרפ"ה – רבי ישעיה שטיינער, אדמו"ר און פועל ישועות אין קערעסטיר (געבוירן ה'תרי"ב)
- ה'תשנ"ה – רבי אברהם מאיר איזראעל, מחבר פון "בני רא"ם-ילקוט המאירי", "אמרי אברהם" און נאך
- ה'תשס"ה – רבי אבא מרדכי בערמאן, ראש ישיבת עיון התלמוד אין מודיעין עילית (געבוירן ה'תרע"ט)