רוי:מודיעין עילית

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מודיעין עילית
Coat of arms of Modiin Ilit.svg
Modiin Illit sign 1.JPG
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg ישראל
גרינדונג דאַטע 1994
קאָאָרדינאַטן 31°55′50″N 35°2′30″E / 31.93056°N 35.04167°E / 31.93056; 35.04167 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
דיסטריקט יהודה ושומרון
בירגערמייסטער יעקב גוטערמאן
שטח 4.746 קוואדראט ק"מ
הייך ‎283‏ מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

66,847‏  (שטייענדיג 2016)
13,840 באוואוינער א ק"מ2
http://www.modil.org.il
Tel-aviv area.svg


מודיעין עילית איז א חרדישע ישראל'ישע שטאט אויפן עק פון שומרון (צפון מערב ברעג), ביים ירושלים קארידאר. דער גרעסטער געגנט אי מודיעין עילית איז "קרית ספר"; טייל מענטשן רופן דאס גאנצע שטעטל "קרית ספר". די אנדערע געגנטן אין שטאט זענען "בראַכפעלד מאיאנטעק" און "נאות הפסגה".

איר באפעלקערונג ציילט זיך אויף 64,179 נפשות (2015), זייענדיג דאס גרעסטע זידלונג אין דעם מערב ברעג.

ווי איר נאמען זאגט, איז מודיעין עילית א שטאט לעבן מודיעין, וואס איז פלאצירט אויף די בערג אנטקעגן איבער קרית ספר ממש נאך דער גרינער ליניע.

כאטשיג דאס איז א זעלבטשטענדיגער לאקאליטעט, איז דאס טעכניש אינערהאלב דער טעריטאריע פון אונטער די אדמיניסטראציע פון מטה בנימין ראיאן ראט.

דער פארזיצער פון דעם ארטיגן ראט איז הרב יעקב גוטערמאן. אין 2008 איז מודיעין עילית געווארן אנערקענט אלס א שטאט; אין מיטן נאוועמבער 2008 איז הרב גוטערמאן געווארן דער ערשטער בירגערמייסטער פון מודיעין עילית.

די באפעלקערונג אין מודיעין עילית באשטייט פון פארשידענע שיכטן און קרייזן פונעם חרדישן אידנטום. טראצדעם וואס די מערהייט פון די איינוואוינערס געהערן צו ליטווישע קרייזן, מען קען זיך באגעגענען דארט מיט גרויסע געמיינדעס פון חסידישע אידן אזוי ווי צום ביישפיל: וויזשניץ, באיאן, קארלין סטאלין, צאנז, ברסלב. אלס רב פון דער וויזשניצער קהילה דינט רבי ברוך שטערנבוך, זון פון רבי אליהו און איידעם פון רבי מנחם ערנסטער. אלס רב פון "קהל חסידים" (אלגעמיינע חסידישע שוהל) דינט רבי ניסן משה גראס, א זון פון שלום יהודה, דער האלמינער רבי. עס איז פאראן דארט אויכעט א סאך ירושלימער אידן פון דעם ישוב הישן.

די באפעלקערונג פון מודיעין עילית איז 40% ליטוויש, 30% חסידיש און 30% ספרדיש.

חינוך מוסדות

ישיבה גדולה'ס


פאנאראמא פון דער שטאט
צייכן ביים אריינגאנג צו דער שטאט
הייזער אין מודיעין עילית


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!