רוי:עכו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עכו
City of Acre, Israel (aerial view, 2005).jpg
די אלטשטאט פון עכו, פון דער לופט
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg ישראל
קאָאָרדינאַטן 32°55′43.68″N 35°4′35.03″E / 32.9288000°N 35.0763972°E / 32.9288000; 35.0763972 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
ראַיאָן צפון דיסטריקט
בירגערמייסטער שמעון לאַנקרי
הייך 10 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

46,300‏  (שטייענדיג 2010)
3,421 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

עכו (אַראַביש: عكا), איז אַ שטאט אויפן ברעק פון מיטלענדישן ים אין דעם מערב גליל באצירק אין צפון פון דעם לאנד ישראל. די שטאט געפינט זיך אין דער צפון זייט פון דעם עכו בוכטע. לויטן ישראלישן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק איז די באפעלקערונג פון עכו געווען 46,300 אין סוף יוני 2010.

געשיכטע

עכו איז דערמאנט אין תנ"ך איין מאל, אין שופטים קאפיטל א' פסוק ל"א. זי האט געהערט צום טייל פון שבט אשר. עכו איז אויך דערמאנט אין דער ערשטער משנה פון מסכת גיטין אלס דער צפון גרעניץ פון ארץ ישראל. עכו איז איינע פון די אוראלטע פארט שטעט אין דער וועלט.


רוימישע

צום סוף פון דער צווייטן בית המקדש צייט, האבן געוואוינט פילע אידן אין דער שטאָט.

באן סטאנציע

עס איז דא א באן סטאנציע פון מדינת ישראל באנען וואס באדינט די שטאט עכו. די סטאנציע געפינט זיך אין מזרח פון דער שטאט אויף רמז גאס.

היסטאריע

די היינטיגע סטאנציע איז געווארן אויפגעשטעלט אין די אנהייב 1950ער יארן.

אין 2001 האט מדינת ישראל באנען איבערגעבויט די סטאנציע, מיט א נייעם פאסאזשירן זאל לעבן דעם פעראן, און אויך געבויט א נייעם פעראן וואס מען קומט צו אים דורך א טונעל.

אין יאר 2001 האט מדינת ישראל באנען איבערגעבויט די סטאנציע פון דאס ניי.

טורמע

עכו טורמע איז געווען א פעסטונג אין עכו, וואס דער בריטישער מאנדאט האט איבערגעמאכט פאר א טורמע, וואס אסאך יידישע פאליטיקער און קעמפער, זענען דארטן געווען ארעסטירט, צוזאמען מיט אראבישע קעמפער, אין די צייטן פון די מאנדאט.

היינט אין ישראל איז די טורמע א שפיטאל פאר גייסטיק קראנקע, און א מוזעאום.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!