רוי:באר שבע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
באר שבע
טעקע:Coat of arms of Beersheba.svg
טעקע:Citybeersheva.jpg
שטאָט צענטער פון באר שבע
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg ישראל
גרינדונג דאַטע 1900
ראַיאָן דרום
בירגערמייסטער רוביק דאַנילאָוויטש
שטח 117.500 קוואדראט ק"מ
הייך 260 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

209,687‏  (שטייענדיג 2019)
1,750 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

באר שבע (אַראַביש: بئر السبع), איז די הויפט שטאט אין דעם דרום דיסטריקט פון מדינת ישראל, די באָדן איז גרויס 117,500 דונאם, די צווייטע גרעסטע שטאט אין שטח נאך ירושלים. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק (הלשכה המרכזית לסטטיסטיקה) פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין באר שבע 202,202 איינוואוינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.3 פראצענט. רוב זענען אידן.

זי איז די זעקסטע גרעסטע שטאט אין ארץ ישראל. אין באר שבע געפינען זיך בן-גוריון אוניווערסיטעט און סאראקע שפיטאל.

טראנספארטאציע

די שטאטישע אויטאבוסן ווערן געפירט דורך א פריוואטער געזעלשאפט, מיטן נאמען מעטראדאן.

פון דער צענטראלער אויטאבוס סטאנציע, זענען דא אויטאבוסן צו אלע גרויסע שטעט אין לאנד כמעט, און קיין אילת, און אן אויטאבוס נעצווערק וואס דעקט דעם גאנצן נגב.

מדינת ישראל באנען האט צוויי באן סטאנציעס אין דער שטאט, באר שבע צפון באן סטאנציע, וואס איז נאנט צום אוניווערסיטעט, און די שפיטאל, און באר שבע צענטראלע באן סטאנציע, וואס איז אין צענטער פון דער שטאט, און דער ביי געפונט זיך די צענטראלע אויטאבוס סטאנציע.

דער בירגערמייסטער פון דער שטאט איז רוביק דאנילאוויטש

רבנים פון באר שבע

  • הרב אליהו קושעלעווסקי
  • הרב אליהו כץ
  • הרב אליהו אבערזשאל
  • הרב אריאל אדרי
  • הרב בנימין בצרי
  • הרב יהודה דרעי
  • הרב רבי מרדכי אליהו
  • הרב מאיר סוויסה
  • הרב פנחס אביחצירא
  • הרב רפאל חיים שושנה
  • הרב שלמה טנא

שאסייען

שאסיי 40 טעקע:ISR-HW-40.svg איז דער הויפט שאסיי וואס פירט קיין באר שבע; ער פארבינדט פון צפון פון באר שבע צום צענטער. פון דרום טראגט שאסיי 40 קיין דימונה. שאסיי 60 פארט אויף צפון וואו ער פארט אריין אין דעם מערב ברעג, און פארבינדט חברון, און ירושלים. שאסיי 25 פארט פון מזרח מערב פון דער שטאט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!