רוי:נס ציונה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
נס ציונה
Coat of arms of Ness Ziona.svg
טעקע:Ness Ziona Aerial View.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
בירגערמייסטער שמואל בוקסר
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש

 ‑ אין שטאָט

{{{2}}}‏
צייט זאָנע UTC+2
נס ציונה

נס ציונה, איז א שטאט אין די נידריגע טייל פון יהודה (שפלה), פון צפון געפונט זיך ראשון לציון, און פון דרום רחובות. די שטאט געפונט זיך אין צענטער דיסטריקט, און האט א באפעלקערונג פון 35,000 איינוואוינער. געגרינדעט אין יאר 1883, ביי די ערשטע עליה. אנהייב איז די געגנט גערופן געווארן "נחלת ראובן", און וואדי כאנין.

די טעריטאריע האט געהערט צו א געוויסן טעמפלאר, מיטן נאמען גוסטאוו מאלער, איינמאל זייענדיק אין אדעס, האט ער באגעגנט א חסיד, ראובן לערער, וואס די צוויי האבן אויסגעטוישט זייערע הייזער. דער גוי האט באקומען דאס הויז פון ראובן, און ראובן האט באקומען דאס הויז מיט א גארטן פונעם גוי. ראובן האט אנגעהויבן זוכן יידן, וואס זאלן קומען וואוינען אין דארף, פאר מנין, און אנדערע יידישע באדערפענישן.

אין יאר 1888, איז אן איינוואוינער פון נס ציונה אומגעקומען דורך אראבער, דער ערשטער איד אומצוקומען אין א טעראר אטאקע, אין ארץ ישראל, אין די נייע צייטן.

אין יאר 1891, איז די געגנט פארברייטערט געווארן, ווען א איד מיטן נאמען מיכאל האלפערין, האט געקויפט א געגנט נאנט צו נחלת ראובן, ער האט פארגעשלאגן דעם נייעם נאמען, וואס איז פארבליבן ביז היינט.

די יידישע קאלאניזאציע אסאציאסיע (יק"א) האט גענומען פאראנטווארטליכקייט איבערן דארף, און זיי האבן אויפגעשטעלט גערטנער, און באצאלט די חובות פון דעם דארף.

די אראבער האבן אויפגעשטעלט א געגנט נאנט צו די שטאט, מיטן נאמען וואדי כאנין, וואס איז שפעטער חרוב געווארן. דורכאויס די הערשאפט פון די אטאמאנישע אימפעריע, איז די לעבן געווען שווער אין דארף, נאכן ערשטע וועלט מלחמה, האבן זיך פראבלעמען פארענדערט, און עס האט געהערשט א רויגקייט אין נס ציונה.

דורכאויס די מלחמת השחרור, איז די אראבישע דארף פארלאזט געווארן, און נייע געגנטער זענען געבויט געווארן, צו אקאמאדירן די נייע אימיגראנטן, וואס זענען געקומען קיין ישראל.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!