פרשת שמות

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg שמות Arrow l.svg
פסוקים שמות א, א - ו, א
צאל פסוקים 124 (15'טע - אייניג מיט פרשת אמור)
צאל ווערטער 1763 (13'טע)
צאל אותיות 6762 (16'טע)
אינהאלט שעבוד ישראל אין מצרים; גזירה צו ווארפן ניי-געבוירענע זכרים אין טייך; רעטונג פון משה; זיין אנטלויף קיין מדין און צוריקקער קיין מצרים; באגעגעניש פון משה און אהרן מיט פרעה.
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
אשכנזים ישעיהו כז, ו - כח, יג און מ'לייגט צו כט, כב–כג
ספרדים ירמיהו א, א - ב, ג
איטאליענער ירמיהו א, א–יט
תימנים יחזקאל טז, א–יד

פרשת שְׁמוֹת איז די ערשטע סדרה פון ספר שמות, און די דרייצנטע פון די תורה בכלל. די סדרה גייט פון אנהייב ספר, קאַפּיטל א', פסוק א', ביז קאַפּיטל ו', פסוק א', לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 124 פסוקים און זעקס פרשיות - זעקס פתוחות און איין סתומה.

אין די סדרה ווערט געשילדערט די אנהייב פונעם שעבוד פון די אידן אין מצרים, די פריע יארן פון משה רבינו און דער באשעפער'ס אים אויסוועלן אלס מנהיג ישראל. אין דער פרשה ווערן פארגעשטעלט עטליכע פערזענליכקייטן וואס ערשיינען במשך די קומענדיגע פרשיות און ספרים, צווישן זיי די געשוויסטער פון משה - אהרן און מרים, און אזוי אויך פרעה מלך מצרים וואס פארקנעכטעט דאס אידישע פאלק.

די פרשה ווערט געליינט צווישן י"ח און כ"ה טבת. פרשת שמות איז די ערשטע פון די שובבי"ם וואכן.

פרשה אינהאלט

גזירות פון פרעה

די אנהייב פון דער פרשה פארבינדט צום ענדע פון ספר בראשית און איז מסכם די נעמען פון די בני ישראל וואס זענען אראפ קיין מצרים[1]. עם ישראל, וואס ווערט צום ערשט אזוי גערופן דורך פרעה, איז געווארן אידענטיפיצירט אין די אויגן פון די מצריים ווי א פאטענציאלע געפאר, און דעריבער באשלאסן אים צו פייניגן מיט פארשידענע וועגן - פיזישע פארשקלאפונג און דאס בויען "ערי מסכנות" - פיתום און רעמסס, און שפעטער א באפעל צו הרג'ענען אלע ניי־געבוירענע זכרים. די הייבאמס - שפרה און פועה, וואס זענען געווארן געשטעלט אויסצופירן די ארבעט, האבן נישט אויסגעפאלגט דעם באפעל און געראטעוועט די קינדער, אויף וואס דער אויבערשטער האט זיי באצאלט, "ויעש להם בתים"[2].

פרעה האט פארברייטערט דאס באפעל און געפאדערט פון אלע מצריים: "כל הבן היילוד היאורה תשליכוהו"[3]. אויפן הינטערגרונט פון דעם באפעל, דערציילט דער פרשה אויף א פּאָרפאלק פון שבט לוי, עמרם און יוכבד, וואס האבן חתונה און ברענגען אויף דער וועלט א בן זכר. די מאמע פון קינד האט מורא געהאט אים צו לאזן אינדערהיים, און געבויט פאר אים א קעסטל פון "גומא" (פאפירוס) און אריינגעלייגט צווישן די געוואוקסן נעבן דעם טייך[4].

משה'ס געבורט און אנטלויף צו מדין

בתיה בת פרעה האט געטראפן דאס קעסטל מיטן קינד אין טייך, זי האט גערופן דאס קינד "משה", גענומען צו איר אהיים און אויפגעצויגן אין פרעה'ס פאלאץ. ווען משה איז עלטער געווארן איז ער ארויס זיך טרעפן מיט זיינע ברידער וואס זענען פארשקלאפט פאר פרעה. ער האט געזען א מצרי שלאגן אן איש עברי, און גע'הרג'עט דעם מצרי נאכ'ן זיכער מאכן אז קיינער זעט אים נישט. א טאג דערויף איז משה ווידער ארויס זען די ליידן פון זיינע ברידער, ער זעט צוויי אנשים עברים, דתן און אבירם, זיך שלאגן, און פרעגט דעם 'רשע' וואס האט אויפגעהויבן זיין האנט צו שלאגן זיין חבר פארוואס ער טוט דאס. אין רעאקציע האט יענער געענטפערט טראציג 'צי פלאנסטו מיר אויך צו הרג'ענען ווי דו האסט נעכטן גע'הרג'עט דעם מצרי?'. משה האט פארשטאנען אז דאס הרג'ענען דעם מצרי איז אנטדעקט געווארן, און נאך וואס פרעה האט געהערט דערוועגן און פרובירט אים צו הרג'ענען, איז משה געווען געצווינגען צו אנטלויפן קיין מדין.

אויפ'ן ברונעם אין מדין האט משה געהאלפן די טעכטער פון יתרו צו שעפן וואסער, נאך וואס די פאסטוכער דארט האבן זיי פארטריבן. צוליב דעם האט זיך זייער פאטער יתרו אינטערעסירט וויאזוי זיי זענען אזוי שנעל אהיימגעקומען, און נאך וואס יתרו האט געהערט די מעשה מיט משה'ן, שיקט ער אים רופן צו קומען וואוינען אין זיין הויז. משה האט איינגעשטומט, און האט שפעטער חתונה געהאט מיט צפורה, איינע פון יתרו'ס טעכטער. זיי האבן געבוירן צוויי קינדער, גרשום און אליעזר[5].

ברענענדיגע סנה און צוריקקער קיין מצרים

פרעה איז געשטארבן, און די אידן האבן געקרעכצט פון די שווערע ארבעט. גאט האט דערהערט זייער געשריי און געדענקט די בונד וואס ער האט געשלאסן מיט אברהם, יצחק און יעקב[6].

אין יענע טעג האט משה געפאשעט יתרו'ס שאף, און איז ער אנגעקומען צום בארג סיני און געזען א סנה ברענען אין פייער. גאט האט גערעדט צו משה פון דער סנה, און איינגעמאלדן אז ער וויל אויסלייזן די אידישע פאלק און זיי ברענגען קיין ארץ ישראל, און ארויפגעלייגט אויף משה'ן דאס פירערשאפט פונעם פאלק. משה האט געפירט א לענגערע דיסקוסיע מיט'ן אויבערשטן, און אויפגעברענגט אסאך פראבלעמען וואס וואלטן אים געשטערט אין דעם שליחות.

משה האט געהאט ספיקות צי די אידן וועלן גלייבן אין אים און זיין שליחות, און גאט האט אים איבערגעגעבן דעם שם אהי"ה אשר אהי"ה, מיט צייכענעס און מופתים וואס זאלן אים העלפן צו איבערצייגן דאס פאלק און פרעה אין זיינע ווערטער[7].}}.

משה האט גענומען זיין פרוי און זין אויפ'ן וועג צוריק קיין מצרים. אויפ'ן וועג האט א מלאך[8] זיי באגעגענט און געוואלט הרג'ענען משה. צפורה האט גע'מל'עט איר זון, און דורך דעם איז אוועק די סכנה, און צפורה האט אויסגערופן: "חתן דמים למולות"[9].

משה און אהרן ביי פרעה

אויפ'ן וועג קיין מצרים האט משה באגעגנט אהרן, וועלכע איז קעגנגעקומען משה'ן אויפ'ן באפעל פונעם אויבערשטן, און אנקומענדיג קיין מצרים זיי האבן באוויזן די מופתים פאר די אידן, וועלכע האבן געגלייבט דערין און זיך געבוקט צו גאט אויף דעם וואס ער האט זיי געדענקט, און זייער פּיין[10]. דאן זענען זיי געקומען פאר פרעה פאדערן אין אויבערשטנ'ס נאמען: "שלח את עמי" – שיק ארויס מיין פאלק. פרעה האט אפגעזאגט, און פארשווערט די ארבעטס מאסנאמען פאר אידישע קינדער. די אידן האבן זיך באקלאגט פאר משה אז זיין קומען האט נאר פארערגערט דעם צושטאנד, און משה האט זיך דערויף אפגערעדט פארן אויבערשטן[11]. אינעם פסוק וואס פארענדיגט די סדרה[12], ענטפערט דער אויבערשטער פאר משה: ”וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה עַתָּה תִרְאֶה אֲשֶׁר אֶעֱשֶׂה לְפַרְעֹה כִּי בְיָד חֲזָקָה יְשַׁלְּחֵם וּבְיָד חֲזָקָה יְגָרְשֵׁם מֵאַרְצוֹ” – און גאט האט געזאגט צו משה'ן, יעצט וועסטו זען וואס איך וועל טון צו פרעה, וואָרום דורך א שטארקע האַנט וועט ער זיי ארויסשיקן, און דורך א שטארקע האנט וועט ער זיי פארטרייבן פון זיין לאנד.

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:

הפטורה

די הפטורה פון פרשת שמות איז אומגעווענליך, דערמיט וואס יעדע פון די צענטראלע ליינען מסורות פון די פארשידענע געמיינדעס ליינט אין אן אנדערע פון די ספרי הנביאים[13]:

דער אומגעווענליכער צעטיילונג קומט צוליב דעם וואס דער אריגינעלער בבלי'שער הפטורה פון פרשת שמות, געשריבן אין די ספרי הגאונים, און אין משנה תורה פונעם רמב"ם[17], איז דער הפטורה פון יחזקאל, וועלכע די תימנ'ער און א קליין חלק פון די ספרדים ליינען היינט. די הפטורה - "הודע את ירושלים", איז א חלק פון די שטראף-רייד נבואה פון יחזקאל, וועלכע רבי אליעזר אין די משנה אסר'ט צו ליינען[18]. כאטש וואס די הלכה איז נישט ווי רבי אליעזר[19] האט מען אין פילע קהילות דאך זיך צוריקגעהאלטן פון דאס ליינען[20]. די אשכנים האבן אויסגעקליבן אלס אלטערנאטיוו די הפטורה פון די ארץ ישראל'דיגער מנהג פון קריאת התורה (העב'), און אנדערע האבן געוועלט די הפטורה פון ירמיה[21].

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת שמות", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. א, א–ז.
  2. א, ח–כא.
  3. א, כב, סוטה יב, א.
  4. ב, א–ד.
  5. ב, ה–כב.
  6. ב, כג–כה.
  7. ג, א - ד, יז.
  8. אונקלוס, ד, כד.
  9. ד, יח–כו.
  10. ד, כז–לא.
  11. ה.
  12. ו, א.
  13. אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
  14. זעט מדרש אגדה (באבער) שמות א, א.
  15. אדער פון פסוק ו', "אוֹ יַחֲזֵק בְּמָעוּזִּי" (אבודרהם).
  16. זעט נאך וואריאציעס אין הפטורת שמות, אויפ'ן על התורה זייטל.
  17. סדר התפילה ה׳, ד'.
  18. מגילה כה, א.
  19. רי"ף מגילה טז, ב, רא"ש, מגילה כה, א.
  20. די פוסקים שרייבן אזוי ביי די הפטורה פון פרשת אחרי-קדושים ווען עס גייט אינאיינעם, זעט אין "מרדכי", מגילה כט. ד"ה ר"ח ר"ח טבת שחל להיות בשבת כו', וועלכע ווערט אראפגעברענגט אין רמ"א, שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ח'. זעט אויך אין רבי מרדכי יפה, לבוש החור, סימן תצ"ג, סעיף ד' אין הגהה, אז מען פירט זיך ווי רבי אליעזר נאר ביי די ספעציפישע הפטורה פון הודע את ירושלים.
  21. יוסף עופר, "הפטרת שבת הגדול", פון קובץ המעין לו [ג] (ניסן תשנ"ו), ב' 19–20.