רוי:צידון

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
צידון

צידון איז די דריטע גרעסטע שטאט אין לבנון. עס געפונט זיך 40 קילאמעטער צפון פון צור, און 48 קילאמעטער דרום פון ביירוט. אויף די ברעגעס פון דעם מיטלענדישן ים. מיט א באפעלקערונג פון איבער 300,000 איינוואוינער, א מערהייט זענען שיאטן מוסולמענער, און די אנדערע סוניס, קריסטן, און פאלעסטינער, נאך דער אומאפהענגיגקייט מלחמה פון ישראל.

די שטאט איז א וויכטיגע אינדוסטריעלע שטאט, מיט וויכטיגע איינריכטונגען אינעם לאנד, ווי נעפט רעפיינעריס, ווי אויך א נאפט רער פון אראבישער האלבאינזל, צום מיטלענדישן ים קיין אייראפע.

צידון ווערט שוין דערמאנט אין דער תורה, אויף שבט זבולון וירכתו על צידון, לויט די טראדיציע זענען די שבטים יששכר און זבולן באגראבן אין צידון.

אין די היסטאריע, איז די שטאט געווען א וויכטיגע שטאט ביי די פיניקער, אבער שפעטער איז צור, געווארן הויפטשטאט פון די פראווינץ, אסאך אימפעריעס האבן געוועלטיקט איבער די שטאט, אנגעהויבן מיט די רוימישע אימפעריע, די מוסולמענער, די קרייצצוג, און די אטאמאנישער אימפעריע. אויך שפעטער ביי די לבנון ברודער קריג, און ביי די ערשטע לבנון מלחמה, האט די שטאט געהאט געטוישט אסאך הענט.

ביים צווייטן בית המקדש איז געווען דארט א יידישע קהילה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!