קינן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קינן
געבורט שכ"ה
פטירה א'רל"ה (אלט: 910 בערך)
גיל פטירה 910
קינדער מהללאל
בתנ"ך בראשית ה, ט–יד; דברי הימים א' א, ב

קֵינָן איז געווען דער פערטער דור פון אדם הראשון, א זון פון אנוש און דער פאטער פון מהללאל.

קינן איז געבוירן אין יאר שכ"ה לאדם - 325 יאר נאכן באשאף פון אדם הראשון[א], ווען זיין פאטער איז אלט געווען ניינציג יאר[1].

לויט ספר היובלים האט ער חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער, וועלכע האט געהייסן מהללאית[2].

ווען ער איז אלט געווען 70 יאר האט ער געבוירן זיין זון מהללאל[3]. אין די נאכפאלגנדע יארן האט ער געהאט נאך זון און טעכטער. לויט ספר הישר האט ער געהאט דריי זון: מהללאל, עינן, מרד; און צוויי טעכטער: עָדָה און צִלָּה די ווייבער פון למך בן מתושאל[4].

קינן האט געלעבט 910 יאר[5] (ביז צום יאר א'רל"ה לאדם[א]), דער זעקס-לענגסטער פון אלע מענטשן דערמאנט אין תנ"ך.

לויט ספר הישר איז קינן געווען גאר קלוג, דער ערשטער וואס האט געקעניגט איבער מענטשן, און ער האט צוריקגעקערט טייל מענטשן צו דינען השי"ת[6]; אין מדרש שטייט אבער אז ער האט פארפירט זיין דור צום שלעכטס[7].  

נאמען

דער נאמען קינן קומט ווארשיינליך פון נאמען קין[8], וואס אויף אים שטייט "וַתֹּאמֶר, קָנִיתִי אִישׁ אֶת-ה'"[9]. אין א כתב יד פון אגדת בראשית שטייט אז ער האט געהייסן קינן ווייל ער האט "מקנה" געווען שלעכטס פאר זיין דור[7], רבי יצחק אברבנאל[10] שרייבט אז ער האט געהייסן אזוי ווייל ער האט זיך "קונה" געווען א גוטן נאמען אין דברי תורה, און רבי שמשון רפאל הירש שרייבט אז זיין נאמען צייגט אויף מאטעריאליזם און א שעצונג צו ערדישע פארמעגנס וואס זיין דור האט ארויסגעוויזן.

נאטיצן

  1. 1.0 1.1 דאס הייסט, לויט'ן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
    אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי זענען געענדיגט, און נישט ווען זיי הייבן זיך אן, דארף מען צולייגן נאך א יאר צום חשבון. איבער דעם ספק, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.

רעפערענצן

  1. בראשית ה, ט
  2. ספר היובלים, פרק ד'
  3. בראשית ה, יב
  4. ספר הישר, פרק ד'
  5. בראשית ה, יד
  6. ספר הישר, פרק ד'.
  7. 7.0 7.1 אגדת בראשית, מבוא, אות יב, פון כת"י אקספורד
  8. אנציקלופדיה מקראית, "קינן", טור 149, כרך ח'
  9. בראשית א, ד
  10. פירוש אברבנאל לפרשת בראשית