רוי:צוואות השבטים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צוואת י"ב שבטים איז איינעם פון די ספרים אין די "כתובים אחרונים" פון דער צייט פון בית שני; געבליבן אין דער גריכישער שפּראך; אין ספר ווערן איבערגעגעבן די צוואות, וואָס יעדער פון די י"ב שבטים, ראובן, שמעון און אַזוי כסדר, זאָל האָבן איבערגעלאָזט זייערע קינדער פאַר'ן טויט; זיי אַנטהאַלטן דברי מוסר, מאמרים וואָס ווערן שפּעטער געבראַכט אין אונזערע מדרשים.

צוליב דעם וואָס אין טייל ערטער זענען פאַרהאַן רמזים אויף קריסטנטום האָבן די געלערנטע געמיינט א לאַנגע צייט, אַז דאָס איז געשריבן געוואָרן דורך איינעם פון די ערשטע קריסטן גאָר שפּעטער. אָבער דער געלערנטער משה גאַסטער האָט באַוויזן, אַז די אָריגינאֵל-שפּראך איז געווען העברעאיש און אַז דער מחבר (אגב, נישט איין מחבר, נאָר עטליכע מחברים) איז געווען א איד, און אַז די קריסטליכע שטעלן זענען שפּעטער געוואָרן צוגעגעבן.

א סך ווערטער פון שפּעטערדיגע מדרשים געפינען זיך אין די "צוואות", ווי למשל "כל המרחם על הבריות מרחמין עליו מן השמים" (שבת קנ"א) און אַנדערע.

פאַרהאַן אַ מיינונג, אַז טייל פון די צוואות איז געשריבן געוואָרן דורך איסיים. עס איז אויך זיכער, אַז די ערשטע קריסטן פּאולוס, מתי) האָבן זיך באַנוצט מיט די צוואות און זיי ברענגען פון זיי אַ סך ווערטער, און הויפּטזעכליך דאָס וואָרט, אַז "ואהבת את ה' אלהיך" איז די ערשטע גרעסטע מצוה, און "ואהבת לרעך כמוך" איז די צווייטע גרעסטע מצוה.

זע שטיין "פילון האלכסנדרוני", און כהנא-אויסגאבע "הספרים החיצונים", וואו עס ווערן געגעבן די צוואות אין העברעאישער איבערזעצונג און אַן איינלייטונג, אין וועלכער עס ווערט באַהאַנדלט די פראגע וועגן דער אַנטשטייאונג און צוזאמענשטעל פון ספר.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!