רוי:פיוט
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
א פיוט (לשון רבים: פיוטים) איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארם פון א געדיכט, וואס ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. מערע פיוטים זענען אריינגעשטעלט געווארן אלס הוספה צו די נוסח התפילה, בעיקר אין ספעציעלע שבתים און ימים טובים. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואספארא פיוטים צו זאגן ביים דאווענען.
די פיוטים פאלגן געווענליך נאך פּאעטישע כללים, ווי אן אקראסטיך לויט די סדר פון די אלף בית אדער דעם נאמען פונעם מחבר, די סטאנצן ענדיגן זיך אין גראמען, און טייל זענען באזירט לויט א מעטער.
היסטאריע
דאס ווארט פיוט שטאמט פונעם גריכישן טערמין פאר פאעזיע, פילייכט מער דירעקט פון ποιητής (פּאָעט, שאַפער)[1]. דער מחבר פון א פיוט ווערט גערופן "פּייטן". אויך אין מדרש טרעפט מען דעם אויסדרוק "פוייטנא" פאר א פייטן וואס פארפאסט לידער לויט די סדר האלף-בית[2], און רבי אלעזר ברבי שמעון ווערט באטיטלט אלס פייטן[3]. דאָס וואָרט "פּיוט" געפינט מען אויך אין מדרש, אבער בלויז אין דער אלגעמיינער זין פון "פיקציע" און גערעדעכץ[4].
דאס זאגן לויב צו השי"ת דורך א לידער, געפינט מען שוין אין תנ"ך, ווי דער שירת הים און שפעטער דער ספר תהלים, אבער אויפ'ן סגנון פון א "פיוט" האט זיך אנגעהויבן שפעטער, אין ראם פון די אנטוויקלונג פון די אנגענומענע נוסח התפילה.
דער אנהייב פונעם פארברייטערונג פון פיוט איז אומקלאר זינט עס איז פארהאן ווייניג עדות איבער יענעם תקופה, מען געפינט אבער אין גמרא געוויסע לידער אויפ'ן פיוט-סטיל. לויט די פיוט פארשער האבן די פיוטים געדינט אלס פארברייטערונג פונעם נוסח התפילה, אין א צייט וואס דער שליח ציבור האט געקענט פארפאסן זיין אייגענעם נוסח צו זאגן די באשטימטע ברכות. מען געפינט סימנים פון אור-אלטע פיוטים אין די פארשידענע באשטימטע נוסחאות התפילה א שטייגער ווי א-ל ברוך גדול דעה פון ברכת יוצר אינדערוואכן, און א-ל אדון אום שבת. אזוי אויך דער ברכה פון ישמח משה טוען געוויסע משער זיין אלס טייל פון א "שבעתא" וואס איז געלאפן לויט די סדר הא"ב פאר יעדן ברכה דריי אותיות, און פארן פערטן ברכה די אותיות י-כ-ל (ישמח, כליל, לוחות; דער "ושני" איז לויט זיי א שפעטערדיגע הוספה), אויך תכנת שבת לויפט אויפן סדר תשר"ק. טייל ראשונים שרייבן אז די פיוטים ביים דאווענען זענען ערשינען אלס בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות, דאס באציט זיך צו א גזירה פונעם ביזאנטישן קייסער יוסטיניאן דער ערשטער (ד'שי"ג) וואס האט פארבאטן דאס לערנען תורה. און וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים אריינצופלעכטן יסודות'דיגע הלכות און מצוות, און צו לערנען אמונה בה' און אהבת התורה והמצוות. אנדערע שרייבן אז דאס איז געקומען אלס מיטל צו האלטן דרשות און לערנען הלכות פון יום טוב, לויט דער תקנה פון משה רבינו צו לערנען די הלכות פון יום טוב[5].
די גאר-פארצייטישע פיוטים קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נישט קיין גראם, זיי האבן אבער געקענט זיין געבויט לויט א מעטער. טייל האבן אויך פארמאגט אקראסטיך פון אלף-בית, א זאך וואס מען געפינט שוין אין געוויסע מזמורים אין תהלים און משלי. עס איז נישט באקאנט קיין נעמען פון מחברים, און זייער אידענטיטעט איז נישט פארצייכנט געווארן אויפ'ן פיוט.
די קלאסישע תקופה פון פיוט, ווען די פיוטים זענען געווארן אנטוויקלט און עס איז אוועקגעשטעלט געווארן די סטרוקטורעלע ראמען פון א פיוט, איז געווען אין ארץ ישראל אונטער די שליטה פון די רוימער, עס ווערט געשאצט אויף די תקופה פון סוף זמן חתימה התלמוד און די רבנן סבוראי, הגם עס איז נישטא גענוג ידיעות דאס פעסטצושטעלן מיט א זיכערקייט. רב סעדיה גאון (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים יוסי בן יוסי, יניי, און זיין תלמיד רבי אלעזר הקליר[6]. אנדערע באקאנטע פייטנים פון יענע תקופה אין ארץ ישראל, זענען: שמעון בן מגס הכהן, רבי חדותא בירבי אברהם, יהושע הכהן, און יוסף ברבי ניסן משוה קריתים.
אין יענער צייט איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, בעיקר זענען דעמאלטס אוועקגעשטעלט געווארן די קרובות צו זאגן ביי חזרת הש"ץ, די פייטנים האבן האט אוועקגעשטעלט באזונדערע סעריעס פון פיוטים פאר יעדן פון די שבתים און ימים טובים. טייל פון זיי זענען נאך פארבליבן ביז היינט אין געוויסע נוסחאות התפילה, אנדערע זענען פארגעסן געווארן, פון וואס טייל זענען אפגעפונען געווארן אין די קאירא גניזה. דאס בליאונג פון פיוט אין ארץ ישראל האט אנגעהאלטן ביז אנהייב פונעם 11טן יארהונדערט.
אין בבל אינערהאלב די צוויי ישיבות זענען אויך פארפאסט געווארן א רייע פיוטים, הגם עס איז געווען אויף אן אנדערע סטיל, אן קיין גראמען און אקראסטיך. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די אזהרות אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור. דארט זענען די פיוטים אריינגעקמען הערשט דורך רבי שלמה סולימאן בן עמר אלסנג'ארי, ניסי אלנהרואני, רבי סעדיה גאון, יוסף אלברדאני און אנדערע. אין בבל האט זיך דאס זאגן פיוטים אלס ערזאץ צום באשטימטן נוסח אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע, טייל פון די גאונים האבן געהאלטן אז דער היתר איז נאר געווען צוליב שעת השמד, אנדערע האבן דאס מתיר געווען אזוי לאנג ווי מען האלט זיך צום ענין פון דער אריינפיר און אויספיר פון די ברכות וואס זענען באשטימט געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה. די מחלוקת האט אנגעהאלטן אויך שפעטער ווען די פיוטים זענעם אריינגעפלאכטן געווארן אלס צוגאב צום אנגענומען נוסח התפילה, און ביז היינט זענען דא פארשידענע מנהגים אין דעם לויט די קרייזן.
דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, האט דער אידישער פיוט געבליט ווי אימער אידן האבן זיך באזעצט. אין יענע תקופות זענען געווען פילע פייטנים אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט פארשפרייטע פאָרעם פון אידישע שאפונגען[7]. דאן איז דער נוסח התפילה מער נישט ערזעצט געווארן, די פיוטים האבן בלויז געדינט אלס צוגאב צום דאווענען אדער צו זאגן ביי אנדערע געלעגנהייטן. ווי אויך איז דעמאלטס געווען פארשפרייט דאס שאפן אלגעמיינע פיוטים לשם א אירוע צו פארצייכענען א פאסירונג, נישט דוקא צו זאגן אין באשטימטע פלעצער ביים דאווענען.
אין יענע תקופה איז דער סגנון פון פיוטים צעטיילט געווארן. אין איטאליע, אשכנז, גריכלאנד און צרפת וואס זענען אסאך נשפע געווארן פון ארץ ישראל'דיגע מנהגים, האבן ממשיך געווען צו זאגן די פיוטים פון ארץ ישראל, און האבן אויך געשאפן נייע אויך דעם זעלבן שטייגער. ווידעראוםן אין ספרד און אין פרובאנס וואו מען האט זיך געפונען אין די תקופה פון די גאלדענע עפאכע, האבן די ארטיגע פייטנים האבן אריינגעברענט פרישע סטילן אין זייערע שאפונגען, און כמעט ווי ארויסגעשטויסן דעם מהלך פון די ארץ ישראל'דיגע פיוטים.
די פיוטים וואס זענען באשטימט געווארן דורך די קהילות צו זאגן ביים דאווענען בקביעות, זענען דורכאויס די יארן געווארן צאמגענומען און אהערגעשטעלט פאר זייערע שלוחי ציבור אין מחזורים. און מיט די ערפינדונג פון דרוק איז דאס נאכמער פאראייניגט געווארן און פארשפרייט געווארן לויט די מנהגים פון יעדן געגנט באזונדער.
קונסט און סטיל
די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די אקראסטיך, גראמען, מעטער, מליצות, און כינוים.
די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער(א-ל אדון). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.
ביים קלאסישן תקופה פון פיוט זענען אוועקגעשטעלט געווארן פארשדענע סארט סטרוקטורן, וויאזוי אהרעצושטעלן דעם פיוט. די פיוטים זענען בדרך כלל געווען איינגעטיילט אין סטראפן [בתים], א געווענליכער פיוט האט פארמאגט א סיסטעם פון פיר פערזן [שורות] פער סטראף, און יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם (אדער דריי שורות גראמען און דערנאך א "פזמון"), אבער עס זענען געווען נאך א צאל סטילן וויאזוי אויסצושטעלן די שורות און גראנמען פונעם פיוט. ווי אויך האט דער ערשטער אות פון יעדן בית האט געפארעמט אן אקראסטיך פון דעם מחבר'ס נאמען, אדער לויט די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות. די פיוטים זענען געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל.
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז געווען ווי א פארברייטערע המשך פון דעם קלאסישן סטיל וואס האט געשטאמט פון ארץ ישראל און דערנאך איטאליע. זיי זענען נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. שפעטער האבן יא אנגעהויבן אריינצוקומען מער קאמפליצירטע גראמען און געוויסע אייגנשאפטן פונעם ספרדי'שן סטיל, הגם ווייט נישט מיטן זעלבן מאס איינהייטליכקייט.
די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די אראבער גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די טראפן פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון דונש בן לברט און מנחם בן סרוק. זייערע פיוטים האבן פארמאגט מער קורצערע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא, און זענען נישט געווען אזיפיל באזירט אויף מדרשים. אויך האבן זיי מחדש געווען קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").
סארטן פיוטים
די נעמען פון די פיוטים קענען זיין באשטימט באזירט אויף זייער ארט אין די נוסח התפילה, אדער אויף זייער סרוקטור אין סטיל וויאזוי זיי זענען אהערגעשטעלט. אין פארשידענע תּקופות זענען געוויסע סארט פיוטים געווען מער פארשפּרייט ווי אנדערע.
- קרובות - אדער קרוב"ץ, די סעריע פון פיוטים וואס ווערן געזאגט אין די תפילת עמידה, וויבאלד דער שליח ציבור ווערט גערופן קרוב. שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן דעם נאמען אויך אלס שם הכולל אויף פיוטים אין אלגעמיין, בעיקר אין אשכנז.
די קרובה סעריע איז איינגעטיילט אין א צאל סארטן;
- שבעתא - פיוטים וואס זענען איינגעטיילט אין אן אייניגע סיסטעם פאר אלע זיבן ברכות פון דעם שבת'דיגן אדער יום-טוב'דיגן חזרת הש"ץ.
- שמונה עשרה די קרובה וואס איז איינגעטיילט צווישן די אכצן ברכות פון א וואכנדיגער שמונה עשרה.
- קדושתא - דאס איז די מערסט דאמינירנדער קרובה-סעריע פון די פארצייטישע פייטנים, און איז אויסגעשטעלט בלויז אויף די ערשטע דריי ברכות פון חזרת הש"ץ, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה וואס ווערן געזאגט ביים דריטן ברכה פון "הא-ל הקדוש".
די פארצווייגטע קדושתא סעריע ענטהאלט אין זיך א רייע מיט פיוטים.
- מגן - ביים ערשטן ברכה "מגן אברהם",
- מחיה - ביים צווייטן ברכה פון "מחיה המתים",
- משלש - ביים דריטן ברכה.
- סילוק וואס האט געדינט אלס אריינפיר און עווענטועל אלס פארזאג פארן חזן בעפאר די פסוקים פון קדושה.
- יוצרות - פיוטים וואס געהערן צו די ברכות בעפאר און נאך קריאת שמע ביי שחרית. אויך דער טערמין האט מען שפעטער גענוצט צו באצייכענען אין אלגעמיין פיוטים ביים דאווענען.
דער יוצר סעריע האט פארמאגט אונטער זיך א סיסטעם פון פיוטים, באשטימט לויט די ברכה אין וואו זי האט זיך געפינען.
- יוצר - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור;
- אופן - צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"];
- מאורה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות";
- אהבה - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע.
- זולת - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ;
- גאולה - איידער'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל".
- מערבית פיוטים באשטימט צו באצירן די ברכות קריאת שמע פון מעריב.
נאך פארברייטערטע פיוטים אינערהאלב די קרובות זענען:
- תּקיעתא - א סעריע וואס באצירט די פסוקים פון מלכויות, זכרונות און שופרות, ביי די מוסף־שמונה עשרה אום ראש השנה;
- עבודה - שילדערט די קרבנות יום הכפורים אין דער צייט וואס דער בית המקדש איז געשטאנען), אין דער חזרת הש"ץ פון מוסף יום הכפורים;
- אזהרות - פאר די חזרת הש"ץ פון שבועות, וואָס רעכענען אויס די ליסטע פון 613 מצוות אין דער תורה;
- טל קרובה-סעריע פאר שמיני עצרת וואס ברייטערט זיך אויס ביי די צווייטע ברכה און די ווערטער מוריד הטל.
- גשם קרובה סעריע פאר דעם צווייטן טאג פסח וואס ברייטערט זיך אויס ביי די צווייטע ברכה און די ווערטער מוריד הגשם.
- רשות- דער אריינפיר פיוט וואס דער חזן זאגט איידערן אנהויבן דעם דאווענען ווערט אנגערופן צווישן דעם איז דער פיוט מסוד חכמים און אוחילה לא-ל, אין דעם איז אויך אריינגערעכנט דעם רשות לחתן תורה, פון די עליה פון שמחת תורה, און דער רשות למתרגם פון די קריאה פון שבועות, א שטייגער ווי דער פיוט אקדמות.
- סליחות - א קרובה סעריע מיט מערערע פיוטים צו זאגן אינערהאלב דעם זעקסטן ברכה פון "סלח לנו", אין שפּעטערדיגע תקופות איז דאס גערוקט געווארן צו זאגן נאכן ענדיגן די חזרת הש"ץ. סליחות זענען אויך פארפאסט געווארן פאר חודש אלול און עשרת ימי תשובה צו זאגן ביים בעגינען.
- קינות פאר תשעה באב, אריגינעל אלס המשך צום קרובה וואס האט אריבערגעשפרייזט די ברכות פון שמונה עשרה און האט אויסגעפירט מיט א לענגערע סעריע פון פיוטים ביים ברכה פון "בונה ירושלים". אין שפּעטערדיגע תקופות זאגט מען דאס נישט ביי חזרת הש"ץ. עס זענען אויך דא אלגעמיינע פיוטים וואס זענען פארפאסט געווארן אלס קלאג אויף די פטירה פון אן אדם גדול, אדער א צרה, און איז נישט דוקא פארפאסט געווארן צו זאגן ביים דאווענען.
- אשכבה - פיוטים (אדער צידוק הדין) פאר א לוויה.
די פיוטים ווערן אויך אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און סטרוקטור-געבוי.
- פזמון - א פיוט וואס פארמאגט איין פזמון אדער צוויי וואס חזר'ט זיך אריבער נאך יעדן בית פון דעם פיוט.
- רהטא,
- שלמונית א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 4 רייעדיגע סטאנצן. שלמונית איז פון לשון "שלם" וויבאלד דאס איז דער ערגענצטער מוסטער וואס רוב פייטנים נוצן, אן אנדער מייינונג איז אז דאס איז אויפ'ן נאמען פון רבי שלמה הבבלי וואס זיינע פילצאליגע פיוטים זענען געווען אויף דעם סארט.
- שלישייה, א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 4 רייעדיגע סטאנצן.
- שנייה, א פיוט וואס איז צאמגעשטעלט פון 2 רייעדיגע סטאנצן.
- קיקלר, [8]
- עשיריה, א פיוט וואס דער אקראסטיך לויפט פון אות א' ביז י'
דרויסנדיגע לינקס
- פיוטים ומהותם אויף אידטיש
- "פיוט", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
- הקדושתא, הרב יעקב לויפער, קובץ חצי גבורים - פליטת סופריהם, קובץ י, זייטן רסג-שב.
ביאורים
רעפערענצן
- ↑ שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".
- ↑ קהלת רבה, א יג
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ל'; באבער (רעדאקטאר), פסיקתא, קעט, א
- ↑ בראשית רבה, פרשה פ"ה, פסקה ב'; ילקוט שמעוני דניאל, רמז א'ס"ג
- ↑ ספר הפרדס
- ↑ רב סעדיה גאון, ספר האגרון, הקדמה דף ג, ב
- ↑ צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים
- ↑ שות רי מיגאש