אכלו משמנים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אִכְלוּ[2] מַשְׁמַנִּים וְסוֹלֶת רְבוּכָה
תּוֹרִים וּבְנֵי יוֹנִים שַׁבָּת וַחֲנוּכָּה

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
לִשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ חֲנֻכָּה

בַּרְבּוּרִים אֲבוּסִים בְּשִׁפּוּדִים צְלוּיִם
וְכָלִיל לָאִישִׁים אֶחָד מִן הַמְנוּיִם

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
לִשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ חֲנֻכָּה

רַךְ וְטוֹב וְשָׁמֵן צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת
עֱנוּ וְאִמְרוּ אָמֵן וְאִכְלוּ בְּדִיצוֹת

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
לִשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ חֲנֻכָּה

הַקּוֹלוֹת יֶחֱדָלוּן מִנִּסּוּךְ הַמָּיִם
בְּבֵית הַיַּיִן נָלוּן בְּכָל יוֹם פַּעֲמָיִם

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
לִשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ חֲנֻכָּה

מִקּוֹלוֹת מַיִם רַבִּים תְּצִּלֶנָה אָזְנֵיכֶם
וּמִשְׁרַת דַּם עֲנָבִים לֹא יָמוּשׁ מִפִּיכֶם

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
לִשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ חֲנֻכָּה

תווים ללחן לפיוט שהולחן בחצרות החסידים של מזרח אירופה

אכלו משמנים איז א ליד וואס ווערט געזינגען ביי דער סעודה פון שבת חנוכה, בעיקר ביי אשכנזים. פארפאסט געווארן שפעטסטנס אין די ה'ק' יארן דורך אן אנאנימען פייטן מיטן נאמען אברהם.

אפּשטאם און מחבר

מען געפונט שוין דעם זמר אין כתבי יד פון אשכנז און איטאליע, פון ארום די ר' יארן[1]. עס איז געדרוקט געווארן אין סידורים און אין בענטשערלעך און זמירות'לעך געדרוקט אין אייראפע, צווישן אנדערע א בענטשערל געדרוקט אין פראג אנגעבליך פון יאר רע"ה[3]. אויך איז עס געדרוקט אין רבי בנימין הלוי'ס מחזור, פון יאר ש"כ[4].

דער מחבר פונעם זמר איז אנגעצייכנט אויף די אקראסטיך אלס אברהם, עס זענען אבער נישט באקאנט קיין פרטים איבער אים. געוויסע סידורים האבן אים באצייכנט אלס רבי אברהם אבן עזרא.

די ערשטע מקורות פונעם יחוס צום אבן עזרא געפינען מיר הערשט אין די ת"ר יארן. צוערשט אין געוויסע אויפלאגעס פון ליקוטי צבי[5], אנגעהויבן פון זיטאמיר תרי"ז, און פון דארט צום סידור בית יעקב[6] פון די ערשטע אויפלאגע ווארשא תרמ"א. אויך ערשיינט עס אין א זמירות ”שלשה ספרים נפתחים” מיטן פירוש פרחי שושנים[7], פון מנחם אליעזר מאהלער פון צאנז, וועלכער איז אויך מאריך אין זיין הקדמה ’עת הזמיר’ צו פארענטפערן דעם זמר[8].

עס איז אבער בכלל נישט מסתבר אז דאס לידל זאל קומען פונעם אבן עזרא, סיי צוליב דער תוכן[9], און סיי צוליב דער געבוי וואס איז בכלל נישט ווי דעם אבן עזרא'ס שירים[10].

אינהאלט און געבוי

דער זמר רעדט זיך ארום די סעודה פון שבת חנוכה, און רעכנט אויס פארשידענע פעטע שפייזן וואס מען זאל איינקויפן לכבוד שבת חנוכה. עס דערמאנט אויך אז מען זאל פארקויפן פעלדער צו קענען איינקויפן אויף די סעודה, און רעדט וועגן נעכטיגן יעדן טאג צוויי מאל אינעם "וויין הויז", וואו מען זאל טרונקען פון די פילע וויין וואס דער פיוט מוטיגט צו טרינקען.

יעדן בית פונעם זמר הייבט זיך אן מיט די אקראסטיך, און באשטייט פון פיר שורות איבערהיפנדיגע גראמען (א,ב,א,ב), און דערנאך דער פזמון "האי האי בית כור". די גראמען פארמאגן עטוואס אומפינקטליכקייטן[11]. עס פארמאגט נישט קיין משקל בכלל.

אין שפעטערע ווערסיעס, פון ארום די ת"ק יארן, איז דער נוסח געטוישט געווארן פון לצורך חנוכה צו לצורך "שבת" חנוכה. געוויסע[12] שפעקולירן אז דאס איז געטון געווארן מיטן ציל צו פארענטפערן די הלכה'דיגע פראבלעמען פונעם זמר, אז עס רעדט זיך דווקא פון שבת חנוכה און נישט פון די וואכן סעודות פון חנוכה. אבער אין ערשטן בית ווערט סייווי דערמאנט קלאר "שבת וחנוכה", אין אלע ווערסיעס, וואס ווייזט אז דער זמר איז אלעמאל געווען געאייגנט ספעציעל פאר שבת חנוכה[1].

די ווערטער "בית כור תמכור תחכור, תשכור בית כור" זענען עטוואס אומפארשטענדליך. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז די ווערטער "בית כור" איז א ווערטער-שפיל וואס באציט זיך אויף א "באס-קור" - דאס איז ווי מ'האט גערופן אין מערב-אייראפע א הויף צו שטאפן עופות, און די כוונה איז "בית כור תמכור", מען זאל פארקויפן א פעלד, און מיט די געלט "תשכור באס-קור" זאל מען איינהאנדלען געשטאפטע עופות אויף שבת חנוכה[13].

קעגנערשאפט און אויפנאמע

דאָס ליד האָט אַרויסגערופן תרעומות ביי תלמידי חכמים און אנדערע, וועלכע האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט קעגן דעם אומהיימליכן נאטור פון ​​דער פייערונג וואס ווערט געשילדערט אין איר. טייל האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט דאס וואס דער פיוט מוטיגט צו עסן א גרויסער סעודה אין חנוכה – וואס איז פון א הלכה'דיגע שטאנדפונקט נישט קיין חיוב.

דער ערשטער קעגנשאפט ווערט געברענגט דורך רבי ישראל מברונא, א תלמיד פון תרומת הדשן, וועלכער ברענגט פון רבי אברהם הכהן פון האלא אז ער האט נישט געלאזט די בחורים זינגען דעם זמר, צוליב וואס דער פיוט איז נישט נתחבר געווארן דורך א תלמיד חכם, וויבאלד די סעודות אום חנוכה זענען דאך נישט קיין סעודות מצוה[14]. רבי אהרן ווירמש איז געגאנגען נאך ווייטער, און דרוקט זיך אויס אז דאס איז פארפאסט געווארן דורך ליידיגגייער, און אז דער אינהאלט באשטעטיגט דאס, און אז מען זאל מוחה זיין קעגן דאס דרוקן[15]. ער שטיצט זיך אויף די ווערטער פונעם תוכחת מגילה, וועלכער דרוקט זיך אויס אויף דעם פיוט "הוא בעיני כשיר חול, וכאחד משירי הפורטים על פי הנבל ההומים ליין ושכר"[16]. אין קעגן-רעאקציע צו דעם ליד האט רבי אהרן ווירמש פארפאסט א זמר איבער לערנען די הלכות פון חנוכה, וואס דער פזמון איז "האי האי בית תורה, תשקדה ותדורה, ללמוד ולחזרה, הלכות חנוכה"[17].

פון די אנדערע זייט איז דער ליד געזינגען געווארן אין גרויס טייל פון די אשכנזי'שע קהלות, ווי אויך ביי פילע חסידישע קרייזן און דורך צדיקים וועלכע האבן דאס געזינגען ביים טיש, דערביי טרעפנדיג דערין באהאלטענע און הויכע כוונות. צווישן די וואס פלעגן דאס זינגען זענען די הויפן פון טשערנאביל, דארונטער סקווירא און ראחמיסטריווקא; די רוזשינער הויפן; און ביי עטליכע אייניקלעך פון צאנזער רב[18], צב"ש אין באבוב ביים קדושת ציון, וועלכער האט אויך פארפאסט א ניגון אויף דעם פיוט[19].

דער ערשטער בעלזער רב האט אמאל געזאגט תורה אויף דעם ליד[20], אבער ס'איז נישט באקאנט אז ער זאל עס האבן געזינגען.

פון רבי פנחס קאריצער[21] ווערט געברענגט אז הערנדיג דעם זמר האט ער עס געלויבט. עס ווערט טאקע געזינגען ביי זיינע אייניקלעך.

געוויסע פארענטפערן דעם טענה אז דער ליד איז נישט להלכה, מיט דעם אז מ'טרעפט פילע אנגענומענע פיוטים וואס זענען נישט להלכה, און תוספות[22] שרייבט שוין אז א פיוט מוז נישט זיין אויסגעהאלטן להלכה[23].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 גבריאל וואסערמאן, "Liturgical poems of Ḥanukka from Europe" (ערשטער טייל אין ענגליש און צווייטער טייל אין העברעאיש), 2016 (דאקטוראט). דער פיוט אכלו משמנים לויט כתבי יד מיט פירושים און שינויי נוסחאות, ערשיינט אין צווייטן טייל זייטן 467–468. - ער צייגט אז עס ערשיינט אין כתבי יד פונעם פופצנטן און זעכצנטן יארהונדערט.
  2. דער פיוט ווערט דא געגעבן לויט דעם אריגינעלן נוסח פון די כתבי יד און אלטע דרוקן; בעיקר לויט וואסערמאן[1]
  3. ברכת המזון וזמירות, פראג, ער"ה, עמ' 50 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע). - ס'איז געדרוקט זייט ביי זייט מיט א זמר אויף פורים מיט'ן זעלבן געבוי און אקראסטיך. אויך אין די כתבי יד זענען די צוויי געווענליך אינאיינעם.
  4. בנימין הלוי, מחזור מעגלי צדק, סאביאנעטא, ש"כ, עמ' כג
  5. אין די אויפלאגעס פון ר’ יוסף הארעדעצקי, וועלכע האט ארויסגעגעבן כאטש דריי אויפלאגעס פון ליקוטי צבי מיט פילע הוספות. ער רעכנט דעם פיוט צווישן די הוספות וואס ער האט צוגעשטעלט צום ליקוטי צבי, אבער ער געט נישט אן פון וואו ער האט גענומען דעם יחוס צום אבן עזרא.
  6. ”בית יעקב” איז דער יעב"ץ סידור מיט פיל הוספות, אנגעבליך פון ר’ משה יודקיס שו"ב פון ברדיטשוב. צוערשט געדרוקט אין ווארשא תרמ”א, און עטליכע מאל איבערגעדרוקט געווארן. צווישן די הוספות איז דער זמר אכלו משמנים מיטן יחוס צום אבן עזרא. - דער בית יעקב האט עס גענומען פון ליקוטי צבי, ווי עס ווייזט דאס אז ביי ביידע איז בטעות איבערגעהיפט געווארן א שורה אינעם זמר, און ס'איז גרייזיג געדרוקט "רך וטוב יחדלון מניסוך המים".
  7. געדרוקט אין קראקא? תרנ”ה, און ס’איז עטליכע מאל איבערגעדרוקט געווארן און שטארק פארשפרייט געווארן.
  8. זמירות - שלשה ספרים נפתחים, מבוא עת הזמיר.
  9. רבי חיים אלעזר שפירא, שער יששכר, מאמרי כסלו מאמר ימי אורה אות עה, עמ' תנד
  10. שפיגל, זייט קמד. זע אויך: גולגלתא (ניק), תגובה אין אייוועלט.
  11. רְבוּכָה און חֲנוּכָּה; רַבִּים און עֲנָבִים; אֲבוּסִים און לָאִישִׁים
  12. שפיגל, זייט קמו
  13. יום טוב לעווינסקי, ספר המועדים ה, עמ' 284
  14. שו"ת מוהר"י מברונא, סימן קל"ז.
  15. רבי אהרן ווירמש, מאורי אור באר שב"ע, מיץ, תקע"ט, עמ' פא. געברענגט ביי רבי נחמן כהנא, ארחות חיים חלק ב', סימן רע"א, סעיף ח'.
  16. מרדכי גומפל הלוי שנאבר (פראפעסאר לעוויסאן), תוכחת מגילה, אויף קהלת, הקדמה חמישית, דף י"ג ע"ב.
  17. רבי אהרן ווירמש, מאורי אור באר שב"ע, מיץ, תקע"ט, קכד ע"ב
  18. ירוחם אלי׳ ראזענפעלד, אור ישראל 32 תשס"ג סיון
  19. זע: גולגלתא (ניק), תגובה אין אייוועלט
  20. מדבר קדש, מועעדים ח"ב ע' נד
  21. אמרי פנחס השלם, חנוכה, אות ס"ט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  22. תוספות, יומא ח, א, ד"ה דכולי עלמא
  23. שפיגל, זייט קמז