רוי:קול מבשר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קול מבשר איז א אידיש־שפראך נייעס האטליין וואס גיט איבער נייעס און אינטערעסאנטע אינפארמאציע דורכ'ן טעלעפאן פארן ציבור פון חרדישע אידן. ער אנטהאלט פארשידענע אפטיילונגען ווי אידישע נייעס, וועלטליכע נייעס, אינטערוויוס, פאליטישע נייעס און אנאליזן, אקטועלע שטוב און סעזאנאלע נייעס, ביזנעס און פינאנציעלע נייעס, געזונטהייט, נגינה, און א תורה רובריק.

קול מבשר איז געגרינדעט געווארן תשס"ד דורך זלמן ווידער, א צוריקגעצויגענער און א באשיידענער מענטש וואס וואוינט אין וויליאמסבורג, און איז א סאטמארער חסיד. ער דאווענט אין גאלאנטער בית המדרש און פארברענגט רוב פונעם טאג אין זיין סטודיא, ער האט געלערנט אין בורשטינער ישיבה, און ער איז אויך א תלמיד פון רבי יצחק לעבאוויטש, וואודרידזשער רב.

אינהאלט

קול מבשר האט זיך מיט די יארן אנטוויקלט צו א גרויסער ברייטפארצווייגטער אפעראציע מיט גאר אסאך אפטיילונגען. דער הויפט נייעס באריכטער איז דער גרינדער זלמן ווידער, וואס גיט איבער די אידישע, חסידישע און וועלטליכע נייעס צוויי מאל א טאג אין צוגאב צו כסדר'דיגע באריכטן, א חוץ דער בולעטין אפטיילונג וואס טוישט זיך יעדע מאל וואס עס קומט אריין עפעס אן אינטערסאנטע נייעס וכדומה.

אויף קנעפל דריי איז דא א אויסוואל פון, אויספירליכע אינטערוויוס, געזונטהייט נייעס און לעקציעס, אן אויסוואל פון פינאנציעלע נייעס אנאליזן און לעקציעס, א סעריע פון חיזוק און זעלבסט-הילף שמוסן, א סעריע איבער חורבן אייראפע, א גרויסע אויסוואל פון פאליטישע און פארטייאישע אנאליזן שמועסן און אפהאנדלונגען, און צום לעצט די וועכענטליכע לייכטע אונטערהאלטונג אנאליזן אויף קנעפל ניין וואס באהאנדלט אלץ און אלעמען.

אינעם זומער סעזאן איז אויף נומער זיבן דא א טראפיק אפטיילונג מיט פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי צו פארמיידן טראפיק אויפן וועג צו און פון די אידישע קעטסקיל בערג ("די קאנטרי").

מוזיק

אין תשע"ז האט זיך געגרינדעט א נייע אפטיילונג וואס רופט זיך "כשרונות". עס איז געווען א פראגראם וואו מענטשן האבן געקענט אריינשיקן זייערע טאלאנטן, און מען האט עס אויפגעשפילט אויף קול מבשר און אלע צוהערער האבן געקענט אפגעבן א שטים וועם זיי גלייכן מער. דערנאך זענען ארויפגעקומען עטליכע מבינים, וואס זענען געווען די ריכטער. די פראגראם איז געווארן אנגעפירט דורך דער בארימטער אינטערוויוער און שריפטשטעלער וועלוול שמעלצער, א ברודער מיט ליפא שמעלצער. עס איז שוין נישט געווען קיינע פארמעסטן זייט פ' משפטים תש"פ.

אויך איז דא א מוזיק אפטיילונג (נומער 8) וואו מען קען הערן עטליכע אויסוואלן נאכאנאנדע מוזיק, און אן אפטיילונג פון נייע אלבומס. אזוי אויך קען מען הערן נייע סינגלס וואס קומען ארויס. ווי אויך נומער 0 איז דא "א שפאציר אין עולם הנגינה" יעדע ליל שישי מיט פערזענליכקייטן אינעם עולם הנגינה אנגעפירט דורך וועלוול שמעלצער.

מיטארבעטער

פאליטיק: יוסי געשטעטנער, א טאלאנטפולער און געשמאקער אינגערמאן און א מייסטער אין פאליטיק וואס גיט איבער די טעגליכע פאליטישע נייעס און א סך-הכל פון די טעגליכע נייעס אין עקאנאמיע און פינאנץ.

דער חשובער אינגערמאן, ידען און שרייבער יצחק שלמה דרעזנער פון בארא פארק מיט הענדיל ברייער גיבן די נאכאנאנדע אינטערוויוס און אויך רוב אויספירליכע אינטערוויס.

די געזונטהייט אפטיילונג ווערט געפירט דורך דער גרינדער און פירער פון עטליכע וויכטיגע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס הרב הערשל מייזעלס.

אין די ביזנעס אפטיילונג קען מען הערן יונה כהן, חיים עקשטיין גיבט די "דיזייניג אין סוקסעס" שמועסן .אויך קען מען הערען די וועכענטליכע "יום שניכפל בו כי טוב" שעורים מיט הרב איתמר גינזבערג.

די פאליטישע אנאליזן ווערן איבערגעגעבן דורך יצחק קלאר, און הערשל פרידמאן פון קרית יואל, און יואל פעלזן פון וויליאמסבורג וועלכער איז על פי רוב מסביר די ליבעראלע זייט און נאך.

אקטועלע אנאליזן ווערן איבערגעגעבן דורך אליעזר קרויס ווי ער רעדט ארום פון פיל קאנטראווערסיאלע ענינים, בעיקר האט ער זיך באקאנט געמאכט מיטן אויפשטורעמען די וועלט איבער די נישט נארמאלע הוצאות ביים חתונה מאַכן, און ער איז טאקע זייער פארנומען ווי אזוי מ'קען שפארן געלט.

קול מבשר האט אויך א טשיקאווע ווינקל ווי ארי אבראמאוויטש גיבט איבער איין מאל א וואך טשיקאווע נייעס און אינטערסאנטע נייעס פון ארום די וועלט.

איין מאל א וואך גיבט פנחס גלויבער א שמועס וואס ווערט גערופן "על רגל אחת" ווי רעדט ארום פון גאר אינטערעסאנטע נושאים.

קריטיק

די קריטיק וואס איז דא קעגן דעם איז: אז די אינגלעך און בחורים האבן צוטריט דערצו, וואס אפילו א טאטע וועלכער לאזט נישט אריין קיין צייטונגען אין שטוב ווייל לויט זייער מיינונג מוזן די קינדער נישט זיין אינפארמירט מיט אלע טאג טעגליכע געשעענישן, ביי קול מבשר קען ער נישט אפשטעלן דעם זון וועלכער קען רופן ווען אימער. און אויך אסאך אינגעלייט וועלכע וואלטן קיינמאל נישט מיטגעהאלטן קיין פאליטיק זענען געווארן זייער צוגעבינדן צו פאליטיק דורכן טעלעפאן הגם קיינע צייטונגען טרעטן נישט איבער זייער שוועל ווי זיי האבן געזען ביי זייערע טאטע'ס.

טעקע:Telephonecartoon2.jpg

אלע חרדישע נייעס, תורה, און פראפאגאנדע טעלעפאן האטליינס

קול מבשר • קו הציבור • קול סאטמאר • לשון הרע • נטורי קרתא • זקניך ויאמרו לך • קול הלשון (דף היומי) • ישיבה וועלט • נטרונא • הכל בסדר • נחום ראזענבערג • אליהו אמסעל  • קול השבת • קול זכור ימות עולם

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!