רוי:אזהרות
אזהרות (א געוויסע ארט פּיוטים). דאָס וואָרט "אזהרה" ווערט אין דער גמרא באנוצט אלס "פארבאָט". אין די צייטן נאָך דער גמרא האָט מען מיטן וואָרט "אזהרות" באצייכנט אזעלכע פּיוטים וואָס באארבייטן די "תרי"ג מצוות", און וואָס ווערן געוויינלעך געזאָגט אין יום טוב שבועות, ווען עס איז קבלת התורה. די ערשטע שפּורן פון דאָזיקן סאָרט פּיוטים געפינט מען אין דעם אלטן ספר פון דער "גאונים" ־ צייט "הלכות גדולות", וואו עס איז פאראן די פראזע פון אלע אזהרות "אז שש מאות ושלש עשרה מצוות מפורשות". די באקאנטסטע אזהרה שטימט פון רבי אליהו הזקן (אין אָנהייב פון 11טן יאָרהונדערט), און זיין פּיוט הויבט זיך אָן מיט די ווערטער "אמת יהגה חכי". אויך אנדערע פארשידענע אידישע חכמים האָבן פארפאסט אזהרות, ווי די אזהרה "אש אוכלה אש" פון רב סעדיה גאון, "אלקיך אש אוכלה" פון רבי שלמה אבן גבירול, ,"אתה הנחלת" פון רבי שמעון הגדול און אנדערע. מען רופט אָן "אזהרות" אויך אזעלכע פּיוטים וואָס נעמען ארום נאָר איין מצווה פון די תרי"ג מצוות און באשרייבט אלע איינצעלהייטן פון דער מצוה אין א דיכטערישער פאָרם.
ביבליאגראפיע: עלבויגען, "תולדות התפילה"; ,"אוצר ישראל"; יידיש־דייטשע ענציקלאָפּעדיע, "קובץ הגאונים". (בערלין 1856).
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!