רוי:רבי ישעיה הלוי הורוויץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' ישעיה ב"ר אברהם הלוי הורוויץ, באוויסט אלס של"ה, בארימטער מחבר און מקובל וועלכער ווערט אנגערופן "של"ה הקדוש", איז געבוירן געווארן אין פּראג אין דעם יאר 1558, און ער איז נפטר געווארן אין צפת, ארץ ישראל, אין דעם יאר 1628.

ער האט געלערנט אין דעם מהרש"ל'ס, מורינו הרב שלמה לוריא, ישיבה אין לובלין. ער איז געווען רב אין: פּראג, דובנע, אוסטרא, פּאָזן, פראנקפורט אַם מאַין, וויען, קראָקע. אויף די עלטערע יארן איז ער געפארן קיין ארץ ישראל. די אשכנז'ישע קהילה אין ירושלים האט אים אויפגענומען אלס זייער רב. ער איז געווען דער ערשטער רב הראשי פון דער אשכנז'ישער קהילה אין ארץ ישראל.

ער האט אנגעהויבן דארט צו שרייבן זיין ספר "שני לוחות הברית" ווי א צוואה פאר זיינע קינדער און נאנטע.

ווען אבן פּאַרוק, בלינד אויף איין אויג, האט איבערגענומען די הערשאפט איבער ירושלים, האט ער ארעסטירט שבת, י"א אלול, שפ"ה אין די שולן פופצן ספרד'ישע און אשכנז'ישע רבנים, צווישן זיי אויך דעם של"ה, און ער האט זיי איינגעזעצט אין טערמע. עס האט געקאסט פיל מי און געלד ביז מען האט זיי ארויסגעראטעוועט.

ער האט זיך באזעצט אין צפת, דערנאך אין טבריה. ער האט דארט געענדיגט זיין גרויס ווערק "שני לוחות הברית", וואס איז אנגענומען ביי דער גאנצער לומד'ישער וועלט. ער איז נפטר געווארן דריי יאר שפּעטער, און ער רוט אין טבריה נעבן די קברים פון ר' יוחנן בן זכאי און זיינע תלמידים, און פון דעם רמב"ם (?).

דער מחבר האט גערופן זיין ווערק "שני לוחות הברית". אבער דער ספר ווערט נישט גערופן ביי דעם דאזיגן נאמען, נאר 'של"ה'.

דער של"ה איז געווען א גרויסער מכניס אורח. זיין זון ר' שעפטל סג"ל זאגט אין דער הקדמה צו זיין ספר "ווי העמודים" אז ביי זיין פאטער פלעגן עסן אכציג מענטשן יעדער טאג אין דער וואך, שבת און ימים טובים.

מקובלים האלטן אז זיין נשמה איז געווען א ניצוץ פון רות. דערפאר האט ער אזוי געגארט צו באזעצן זיך אין ארץ ישראל[1]. דער ב"ח שרייבט אין זיין הסכמה אויפן של"ה'ס סדור "שער השמים" אז דער של"ה איז געווען "איש קדוש ונורא המדבר מתוך האש", א הייליגער און פורכטיגער מענטש וועלכער רעד פון צווישן פייער.

דער של"ה האט פארפאסט אויך סליחות.

  1. שם הגדולים, חיד"א.
פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל