רוי:תענית

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:פאסט טאג)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פאסט-טאג מיינט א טאג וואס מען עסט נישט און טרינקט נישט אין איר.

ביי די אידן זענען דא 6 באשטימטע פאסט-טעג:

  1. תשעה באב
  2. תענית אסתר
  3. עשרה בטבת
  4. י"ז בתמוז
  5. יום כיפור
  6. צום גדליה

כדי צו געדענקן די 6 פאסט טעג איז דא א סימן: זכר - נקיבה, שווארץ - ווייס, און לאנג - קורץ.

זכר איז "צום גדליה" ווייל די תענית הייסט נאך א זכר, נקיבה איז "תענית אסתר" ווייל די תענית הייסט נאך א נקיבה, שווארץ איז "תשעה באב" ווייל די תענית איז פאר אבילות וואס איז אנגעטאן שווארץ, ווייס איז "יום כיפור" ווייל די תענית איז פאר דעם יום טוב וואס גאט פארגעבט אלע אידען זייערע זינד, לאנג איז "י"ז בתמוז" ווייל דער טאג איז זייער לאנג, און קורץ איז "עשרה בטבת" ווייל דער טאג איז זייער קורץ.

אויך זענען דא אנדערע פאסט טעג וואס איז נישט קיין חיוב אויף יעדן איינעם אבער עס זענען דא וואס פירן זיך צו פאסטן:

אויך קען א מענטש פאר זיך אליין זיך באשטימען א פאסט-טאג פון וועלכע סיבה זאל נאר נישט זיין, און דאס הייסט תענית יחיד.

ווי לאנג דארף מען פאסטן

אין רוב פאסט טעג (חוץ פון תשעה באב און יום כיפור) דארף מען פאסטן פון עלות השחר ביז צאת הכוכבים.

א תענית יחיד קען דער יחיד באשטימען אויף נאר א האלבער טאג.

תשעה באב און יום כיפור פאסט מען פון זון אינטערגאנג די נאכט פריער ביז צאת הכוכבים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!