י' חשון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
אין יאר ה'תשפ"ו איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
אויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאראויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאר
אויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאר אויסדרוק פאנטשער: אומגערישטער < אפעראַטאר
[[פאנטשער: אומגילטיגע צייט#קאלענדאר|פולער לוח פאר יאר פאנטשער: אומגילטיגע צייט]] | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
י' חשון איז דער צענטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צענטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
הכז השא החא השג |
מאנטאג | וירא |
זשה זחא זשג זחג |
מיטוואך | לך לך |
בשה בחה בשז בחג |
פרייטאג | לך לך |
גכה גכז |
שבת | לך לך |
חגים וזמנים
- צווייטער טאג פון "פורים ווידין" (בולגאריע), צוליב וואס די אידן פון שטאט זענען געראטעוועט געווארן אין יאר ה'תקס"ז פון א בלבול אז זיי האבן פאר'סמ'ט דעם הערשער פון שטאט
- "פורים דמשק", ווייל דורכאויס דער בלוט בלבול פון דמשק (אין יאר ה'ת"ר) איז דער רב פון שטאט באפרייט געווארן אין דעם טאג[1]
- לויט איין מקור, איז דער טאג מסוגל פאר א גוטן מזל, און ווען עפעס פאדערט הצלחה איז כדאי דער מענטש זאל עס באשטימען אויף דעם טאג[2].
געשעענישן
- א'תקל"ו – עס ווערט באשטימט די גזירה פון דער מבול, וואס וועט פארקומען 120 יאר שפעטער[3]; נח הייבט אן בויען די תיבה[4].
- א'תרנ"ו – לויט איין שיטה, איז נח אריין אין תיבה אין דעם טאג[5]
- ה'תשט"ז – דער גנות געגנט ווערט אויפגעשטעלט
- ה'תש"ל – א סעריע טעראר אטאקעס אין חיפה, וואו צוויי אידן זענען אומגעקומען און 23 פארוואונדעט
- ה'תשנ"ה – א דורכגעפאלענע אקציע דורך סיירת מטכ"ל צו ראטעווען א זעלנער פארכאפט דורך חאמאס
- ה'תשפ"ד – האריקעין אטיס באטרעפט מעקסיקא, איבערלאזנדיג ווייניגסטענס 80 טויטע. עס איז דער שטערקסטער האריקעין אין היסטאריע צו באטרעפן מעקסיקא, מיט די שנעלע ווינטן גרייכנדיג 165 מייל פער שעה (ענ').
- ה'תשפ"ד – א מאסן שיסעריי ווערט דורכגעפירט אין צוויי לאקאציעס אין לואיסטאן, מעין. אכצן מענטשן שטארבן און דרייצן ווערן פארוואונדעט (ענ').
געבוירן
- תרפ"ז – מתושלח, דער זון פון חנוך[6]
- ב'קצ"ז – גד, דער זון פון יעקב אבינו מיט זלפה
- ה'תרס"ו – רבי מרדכי גאלדמאן, דער זעקסטער אדמו"ר פון זוועהיל (נפטר ה'תשל"ט)
- ה'תרצ"ז – רבי משה הלל הירש, ראש ישיבת סלאבאדקע אין בני ברק, מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה, און פון די פירער פון ליטווישן ציבור
- ה'תש"ט – רבי מנחם מענדל פאקשער, רב פון די וויזשניצע קהילה אין אלעד (נפטר ה'תשפ"ג)
- ה'תשכ"ב – בנימין לאו, א דאקטאר אויף תלמוד
- ה'תשכ"ה – רבי יעקב עדס, א תלמיד חכם און מקובל פון ירושלים, א זון פון רבי יהודה עדס, מחבר פון די סעריע ספרים "דברי יעקב"
יארצייטן
- א'תרנ"ו – מתושלח בן חנוך[7]
- ב'ר"ז – לויט איין מקור, רחל אמנו[8]
- ב'שכ"ב – גד בן יעקב אבינו
- ה'תכ"א – רבי יחיאל מיכל טיימער ("רבי מיכל רבי יוזפ'ס"), א תלמיד פון רבי יום-טוב ליפמאן העלער, ראש בית דין אין קראקא, מחבר פון "סדר הגט והחליצה"
- ה'תק"י – רבי אריה לייביש אויערבאך פון סטאניסלאוו, א תלמיד פון דער בעל שם טוב
- ה'תק"ל – רבי מאיר מרגליות, רב פון אוסטראה און מחבר פון שאלות ותשובות "מאיר נתיבים"[9]
- ה'תקמ"ד – רבי יהודה קצין, ראש בית דין אין ארם צובא (געבוירן ה'תס"ח)
- ה'תרל"ג – רבי מאיר מארים שאפיט, רב אין קאברין, מחבר פון פירוש "ניר" אויף תלמוד ירושלמי
- ה'תרס"ב – רבי שמואל זאנוויל קלעפפיש, דער ראב"ד פון ווארשע, א צענטראלער ראש ישיבה און פוסק[10]
- ה'תרע"ט – רבי צבי הירש הורוויץ, דער צווייטער אדמו"ר פון ראזוואדאוו
- ה'תרפ"ט – רבי רפאל אהרן בן שמעון, הויפט רב און חכם באשי פון קאהיר (געבוירן ה'תר"ח)
- ה'תרצ"ב – רבי נפתלי הורוויץ, רב אין פאקשיווניץ (געבוירן ה'תר"ל)
- ה'תש"ב – רבי דוד וויינבערג, רב אין שטעטל גער (געבוירן ה'תר"כ)
- ה'תשי"ד – הרב שמחה אסף, א רב, היסטאריקער און פארשער, וועלכער האט געדינט אלס רעקטאר אין העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים און אלס ריכטער אין בג"ץ (געבוירן ה'תרמ"ט)
- ה'תשט"ו – רבי שלמה זלמן פינס, א למדן און מחבר פון פילע ספרים (געבוירן ה'תרל"ד)
- ה'תשכ"ה – הרב אלימלך בר-שאול, רב פון רחובות (געבוירן ה'תרע"ג)
- ה'תשכ"ו – רבי דוב בעריש וויידנפעלד, טשעבינער רב און גרינדער פון טשעבינער ישיבה, מיטגליד פון מועצת גדולי התורה (געבוירן ה'תרמ"א)
- ה'תשע"ב – רבי דב שווארצמאן, ראש ישיבת בית התלמוד אין ירושלים, אן איידעם פון רבי אהרן קאטלער (געבוירן ה'תרפ"א)
- ה'תשפ"ב – הערץ פרענקל, דער פרינציפל פאר לימודי חול אין סאטמארער שולע אין וויליאמסבורג, און ענגלישער ווארטזאגער פאר סאטמאר אין פארשידענע געלעגנהייטן
רעפערענצן
- ↑ פורים דמשק – הצלה עם אבדות קשות אויף כליל וועבזייטל.
- ↑ רבי חיים פאלאדזשי, צדקת חיים, עמוד תקל"ב
- ↑ רש"י, בראשית ו, ג
- ↑ רש"י, בראשית ו, יד. לויט אן אנדערע שיטה האט נח אנגעהויבן בויען די תיבה אין די לעצטע פינף יאר איידער דער מבול (ספר הישר, געברענגט אין סדר הדורות שנת אלף תרנ"ו).
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"ג. דער מבול זעלבסט האט זיך אנגעהויבן, לשיטת רבי אליעזר, אום י"ז חשון - זיבן טעג שפעטער.
- ↑ רבי שלמה בן שם טוב גבאי, עבד שלמה, אויף בראשית ז, ד
- ↑ סידור היעב"ץ, לויט רש"י, בראשית ז, ד אז ער איז נפטר געווארן זיבן טעג בעפאר דעם מבול. טייל לערנען אבער אז ער איז נפטר געווארן אויפצומארגנס, און דער מבול איז געווען אין זיבעטן טאג.
- ↑ ספר היובלים, פרק לב פסוק לט
- ↑ לויט אנדערע, איז זיין יארצייט י' אייר
- ↑ לויט אנדערע, איז ער נפטר געווארן ו', ז' אדער ט' חשון.